top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

והלך לפניך צדקך • לוויה פון הנגיד החסיד ר' לייבל רובין ע"ה פארנט פון ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק‎

מונטאג פ' ויחי • י"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט פארקלעמטער הערצער האבן הונדערטער חסידי באבוב  באגלייט דעם פרייטאג אינדערפרי הרב החסיד הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה, פון די גרעסטע תומכים אינערהאלב די באבובער חסידות, און דער נגיד בה"א הידועה וואס האט זיך געלאזט קאסטן שווערע מיליאנען אין יעדע געלעגנהייט אויפצובויען די קהילות ומוסדות ברחבי תבל.  די לוויה איז פארגעקומען פרייטאג אינדערפרי פארנט פון ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, וואו עס האט זיך באטייליגט א ריזן ציבור חסידים, ובראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און נאך פילע אדמורי"ם ורבני''צ רבי חיים שלום הלברשטאם בנו הגדול פונעם רב שליט''א בשליחות הקודש, הגה''צ רבי חיים יעקב טויבער דומ''ץ באבוב אין די קינדער פונעם חשובן נפטר. נאך די הספדים האט מען באגלייט די מיטה אויפן וועג צום באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו די נפטר איז געקומען לקבורה.












Comments


bottom of page