מאנטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן זונטאג פ' וארא איז פארגעקומען א לענגערע אסיפת הרבנים אין לשכת התאחדות הרבנים ווען פילע גדולי הפוסקים הרבנים הגאונים שליט"א האבן קרוב צו צוויי שטונדן דן געווען דעם מציאות הדברים וואס הערשט אויף דער אידישער גאס, ווען צוליב מאנגל אין גוטע מגיהים און צוליב אומריכטיגע באנוץ פון 'קאמפיוטער בדיקות', שטעלט זיך ארויס אז עס איז ליידער פארהאן מערערע ספרי תורה מיט פסולים וועלכע זענען אין טאג טעגליכן באניץ.
ביים אסיפה זענען אנוועזנד געווען גדולי הפוסקים והרבנים שליט"א און צוגאב צו רבנים העוסקים במלאכת הסת"ם ובתוכם מערערע סופרים, בודקים און מומחים וועלכע האבן געשילדערט עדות נאמנה און פארגעשטעלט פראבלעמאטישע פעלער וואס מען איז דערגאנגען אין דער לעצטער תקופה ווען עס איז געפינען געווארן פסולים אין מערערע ספרי תורה דאהי און ארה"ק, כאטש וואס די ספרי תורה זענען אריבערגעגאנגען הגה"ה און קאמפיוטער בדיקות.
דערביי איז אויסגעשמועסט מערערע הוראות און תיקונים אין עולם הסת"ם וואס וועלן אין נאנטן צוקונפט אריינגיין אין קראפט.
אין די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט צו ערשיינען די רעזולוציעס פונעם אסיפה.
פאלגנד איז א רשימה פון טייל פון די רבנים הגאונים שליט"א וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביים אסיפה:
הגה"צ אב''ד פריימאן ראב"ד התאחדות הרבנים, הגה"צ רבי הילל וויינבערגער, אב"ד סערדאהעלי ורב מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ, הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אב"ד מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב סאטמאר, הגה"צ אב"ד סענדזשארדזש שליט"א, הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אב"ד פאיע וחבר ביד"ץ סאטמאר, הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי, הגה"צ אב"ד באלחוב שליט"א, הגה"צ רבי משולם פאלאטשעק שליט"א אב"ד מגד יהודה, הגה"צ רבי משה קעסלער שליט"א דומ"ץ וויזשניץ מאנסי, הרה"ג רבי ישי ליבערמאן שליט"א מרבני מערכת הכשרות, הרה"ג רבי יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קרית יואל מרבני מערכת הכשרות, הרה"ג רבי שמעון כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנסי, הרה"ג רבי חיים אהרן אונגער דומ"ץ קיט"ל סאוט אכט, הרה"גן רבי יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ סאטמאר ק"י, הרה"ג רבי זושא כ"ץ שליט"א מו"ץ סאטמאר וומסב"ג, אין הרה"ג רבי יצחק שפיצער שליט"א מו"ץ בשיכון סקווירא.
Comments