זונטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
ווערטער זענען ארום און שילדערונגען זענען נישט מעגליך ארויסצוגעבן די געפילן פון התרגשות ביי הונדערטער תלמידי וחסידי ערלוי נאכן מיטלעבן געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה פון כ''ק האדמו''ר מערלוי שליט''א וועלכע איז ערשינען אין ביהמ''ד הגדול נאך א שווערע תקופה פון באלד א גאנצע חודש זינט די סטראוק וואס די רבי האט געליטן פארלאפענעם אנהייב חודש כסליו.
בשעה 5:15 נאכמיטאג איז די רבי שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד זיצנדיג אויף א רעדער בענקל, עס איז נאך געוועהן קענטיג א שטארקע שוואכקייט אויפן רבי'ן שליט''א אבער פון די אנדערע זייט האט זיך ארויסגעשריגן דעם עד הנה עזורנו רחמיך אז מ'קען ב''ה מיטהאלטן דעם יום טוב חנוכה בצילא דמהימניתא.
די רבי האט געמאכט די ברכות בקול חוצב להבת אש למעלה מכוחותיו, אין מען האט געזינגען די זמירות. דאן האט מען אויסגעדרייט דעם רבי'ן צום עולם אין די רבי האט אנגעוואונטשן די חנוכה געלט וואס איז שפעטער פארטיילט געווארן פארן גאנצן עולם. דערנאך האט מען אויסגעבראכן אין פייערדיגער טענץ 'חסדי השם כי לא תמנו' אין נאך ניגוני שבח והודאה אויף די גרויסער חסדים ביז אהער אין מיט א בקשה על העתיד.
נאך וואס די רבי האט פארלאזט דאס ביהמ''ד האט אויפגעטראטן הרה''ג רבי אברהם יוסף ניימאן מרבני ק''ק ערלוי וועלכע האט ארויסגעברעגנט פון איין זייט די זכיה וואס מען האט געהאט אז די רבי איז ערשינען אין ביהמ''ד אויף וואס קיינער האט זיך נישט געראכטן דעם אנהייב חנוכה, מצד שני איז די רבי נאך אנגעוויזן אויף רחמי שמים אין געבעטן בשם די וועד רבני ק''ק ערלוי אז יעדער זאל זיך פארנעמען א קבלה טובה נישט צו רעדן ביים דאווענען די קומענדיגער פערציג טעג לזכותו ולרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט''א.
צומארגנס ביום המסוגל זאת חנוכה האט מען אריינגעטראגן אל הקודש פנימה צום רבי'ן די נעמען פון די חסידים וועלכע האבן זיך אונטערגענימען דעם קבלה טובה אין די רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר יעדן בפרטיות.
דעם שבת האט די רבי שליט''א געוויילט בקרב די תלמידי הישיבה אינעם קריה נאמנה אין קטמון אין אריינגעקומען צו די תפילות אין טישן אין גרויסן ביהמ''ד.
Commentaires