top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אפדעיט • מצב הבריאות פון האד' מערלוי פארבעסערט; רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל איבער שבת

דאנערשטאג פ' ויצא • י' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין לויף פון די נאכט איז ה''ה אנטשטאנען א לייכטע פארבעסערונג אינעם מצב הבריאות פון כ''ק האדמו''ר מערלוי שליט''א לרפו''ש, היינט צופרי איז די רבי אריבער אונטערזיכונגען אין דאקטוירים זאגן איז די קומענדיגער 24 שעה זענען קריטישע שעות אין מען איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל אז די מצב זאל זיך חלילה נישט פארערגערן.


ווי עס הייסט יעצט וועט די רבי שליט''א מוזן פארבלייבן איבער שבת אין שפיטאל, מטעם די וועד הרוחני אין ק''ק איז ערלוי איז ארויסגעשיקט געווארן א מודעה פאר די חסידים איבער די סדר פרקי תהילים וואס די רבני הקהילה האבן באשטימט פאר אנשים נשים וטף צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן מרן משה בן מרים.


נעכטן אויפדערנאכט אין די זעלבדע צייט וואס די רבי שליט''א איז צוזאמגעפאלן אינמיטן די ריקודין של מצווה ביים חתונה אין ירושלים איז די רעבעצען הרבנית הצדקית מערלוי תליט''א אויך אריינגענימען געווארן אין שפיטאל נאכן אומפאלן ביי א משפחה שמחה וויילנדיג אין שטאט לאנדאן, דער נאמען צו מתפלל זיין איז הרבנית מרת אסתר בת חיה יענטא לרפואה שלימה.

Comments


bottom of page