מאנטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די שמחת התנאים פון החתן נכד כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א בן לבנו בכורו הגה״צ אב״ד סאטמאר ירושלים שליט״א, עב״ג הכלה בת הרה״ג ר׳ אפרים אהרן טייטלבוים שליט״א ראה״כ צעהלים, בן הגה״צ אב״ד נעפלעמיץ שליט״א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ''ד צעהלים אין וויליאמסבורג וואו דער מחותן אבי הכלה דינט אלס ראש הכולל.
די סאטמאר רבי האט מכבד געווען די פעטער כ''ק האדמו״ר מצעהלים שליט״א צו ליינען די תנאים, עדי תנאים זענען געוועהן הנגידים ר' חיים יושע לעפקאוויטש הי"ו און ר' מאיר ראטה הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו ראש הקהל דקהל יטב לב, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"צ ר' מאיר טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן, מחותנים, און אין א עקסטערן ריקוד מיט כ''ק האדמו״ר מצעהלים שליט״א
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים אין משמיע געווען דברות קודש בעניני שמחת חתן וכלה, און אויסגערעכענט די גרויסע יחוס פון ביידע צדדים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דאן האבן אויפגעטראטן כ''ק האדמו״ר מצעהלים שליט״א און די מחותנים הגה״צ אב״ד סאטמאר ירושלים שליט"א און דער אבי הכלה. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים.
Comments