top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חתנא דבי נשיאה: האד' מוויזניץ בית שמש וויילט שבת סליחות בצל חותנו האד' מוויזניץ

זונטאג וזאת הברכה ב' • י"א תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שפ"ה - JDN

 

א שיינעם שבת איז אפגעראכטן געווארן פארלאפאנעם שבת סליחות אין קרית וויזניץ בני ברק, ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א האט געוויילט אויף שבת במחיצת הקודש פון חותנו הגדול מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


צו מנחה ערב שבת האט די וויזניצער רבי צוגעשיקט נכדו הרב חיים מאיר האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ בית שמש, און צו קבלת שבת נכדו הרב שניאור זלמן ארנסטר. צוליב די שוועריקייטן אינעם רבינס מצב הבריאות האט די רבי שליט"א אפגעראכטן דעם טיש פרייטאג צונאכטס אויף א פריוואטער פארנעם אינאיינעם מיט חתנו האדמו"ר מוויזניץ בית שמשת בביתו נאווה קודש. נאכן סעודה איז די רבי אריינגעקומען צום צווייטן טיש אינעם היכל הטישן, ביים טיש האט די רבי צום ערשט מכבד געווען חתנו האדמו"ר מוויזניץ בית שמש צו זאגן תורה און דערנאך אליין געזאגט תורה און דערציילט עובדות וסיפורים פון די בעלי ההילולא פון די וואך, י-ה ריבון האט פארגעזינגען האדמו"ר מוויזניץ בית שמש חזן וקהל.


שבת אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א צוגעגאנגען צו שחרית און עולה געווען שלישי, די מיטאג טיש איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש. ביי שלש סעודות איז די וויזניצער רבי פון בית שמש מכובד געווארן פארצוזינגען טייל פון זמירות, ביי די דברות קודש בעת רעווא דרעווין האט מרן אדמו"ר מוויזניץ משמיע געווען דברות קודש הכנה לראש השנה די רבי האט בתוך הדרבים ארומגערעט בשבח פון די וועד הכנסת  אורחים וואס טוען זיך אפגעבן מיט די הונדערטער געסט וואס קומען צופארן אויף יום טוב און דערביי אפעלירט דעם ציבור צו שטיין לימינם בגוף ובממון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געוועהן חתנו האדמו"ר מוויזניץ בית שמש.


מוצאי שבת האט די וויזניצער רבי פון בית שמש געזאגט די סליחות ראשונות בבית מדרשו קהל 'אהבת שלום' וויזניץ אין בני ברק, צומארגנס זונטאג ביום המסוגל א' סליחות האט די רבי מתפלל געוועהן ביים אהל אדמור"י בית וויזניץ אין בני ברק און אויפגענימען די חסידים תושבי בני ברק לעצה ולברכה.




Comments


bottom of page