top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד נרגש "הקמת מציבה" על קברו פון הרה"ק מסקולען זצ"ל; ענוות קדשו ליינט זיך אפ פונעם נוסח המצבה

דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: JDN

 

נעכטן מאנטאג ביום השלשים להסתלקותו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, האבן זיך מאסן חסידים צונויפגעזאמלט ביים מעמד נרגש "הקמת מציבה" וואס איז אריבער מיט א התעוררות דקדושה און טיפע געפילן פון יתמות און ערשיטערקייט, ווען מ'קען זיך נאך אלץ נישט טרייסן פונעם שבר הגדול אשר השברנו.


צו דער באשטימטער שעה האט מען זיך פארזאמלט ביים פרישן ציון המציונת פונעם רבי'ן זצ"ל אויפ'ן בית החיים אין מאנסי, בראשות דעם רבי'נס קינדער און ברידער האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א. צוערשט האט מען געזאגט די מזמורי תהילים כנהוג, נאכגעפאלגט מיט קדיש. דאן האט כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א פארגעזאגט קל מלא רחמים, מ'האט געלערנט משניות און געזאגט קדיש.


דאן האט מען געהערט די ווארעם הארציגע מילי דהספדא פון דעם רבי'נס ברידער, צוערשט דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וועלכער האט בקול בוכים ארויסגעברענגט די אבידה גדולה שאין לה תמורה, און באזונדער ארויסגעהויבן מיט התפעלות די ענוות חן פונעם הייליגן ברודער זצ"ל, וואס זעט זיך אן אויפ'ן שטוינענדן נוסח המציבה וואס איז געשריבן געווארן על פי בקשתו ורצון קדשו פונעם ברודער ז"ל אן א שום תוארים, נאר דאס איינע שורה, אז ער האט משתדל געווען צו מכוון זיין ביים דאווענען, ובפרט ביי ברכת מודים.


דערנאך האט מען געהערט די דרשת הספד דורכ'ן רבי'נס ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער האט מקונן געווען דעם סילוקו של צדיק, און פארציילט סיפורים וענינים נפלאים איבער די גרויסקייט פונעם ברודער בג' עמודי עולם.


נאך די הספדים האט דער ציבור זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הקדוש, בשעת עס ווערט פארגאסן דמעות שליש, באגלייט מיט תפלות חמות ובקשות פאר'ן גרויסן מליץ טוב בגנזי מרומים, דער רבי זצ"ל, ער זאל איינרייסן למען צרכי עמך ישראל, ובפרט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון.



Comments


bottom of page