מאנטאג פ' שמות • כ' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס דערהויבענקייט האבן אלפי חסידי באבוב דעם מוצאי שבת מיטגעהאלטן געהויבענע שעות פון תענוג רוחני ביים גייסטרייכע מעמד סיום מס' ברכות והתחלת מס חולין במסגרת חבורת קנין תורה וואס איז פארגעקומען אויף א הערליכע פארנעם בקול צהלה ורנה והמון חוגג אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, די היכל הביהמ"ד איז געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור און עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה רחבה כיד המלך, עס האבן מהנה געוווען בפרקי שירה וזמרה א הערליכע ארקעסטרא מיט א קאפעליע פון היימישע אינגעלייט אין שפיץ פון די בארימטע בעל מנגן ר' מרדכי וואלף לאנדא.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן די מגיד מפורסם הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש וואס האט באגייסטערט די ציבור מיט זיין הפלא'דיגע רעיונות, בשעה 10:00 אזייגער האט מען געהאט די כבוד מקבל צו זיין פני הקודש פונעם נשיא החבורה כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס האט זיך געוואשן צום מלוה מלכה און געמאכט דעם סיום וואס האט נאכגעפאלגט מיט פייערדיגע ריקודין של שמחה בעוז ותעצומות.
דערנאך האט אויפגעטראטן האברך ר' ישראל אהרן רובין לזכרו פון זיין אומפארגעסליכן זיידן הרבני הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה וואס די סיום איז געווען מוקדש לעילוי נשמתו און ארויסגעברענגט זיין אהבת התורה און זיין קשר צום חבורת קנין תורה וואו ער האט מיטגעלערנט אלע מסכתות פונעם התייסדות החבורה ביז ממש לעצטענס. דערנאך האט די יושב ראש המעמד הרה"ג ר' דוד שמואל גראוס מבשר געווען די בשורה טובה אז נאכדעם וואס פאריאר איז געגרינדעט געווארן די נייע חברוה קנין תורה למתמידים געאייניגט פאר די עלטערע ילדי התלמוד תורה וואס האט געהאט א מעכטיגע אפקלאנג וועט מען אין די יעצטיגע טעג גרינדען א פרישע חבורה פאר די תלמידי הישיבה גדולה ווי מען וועט לערנען די מסכתות וואס מלערנט אין ישיבה אויף א בקיאות'דיגע אופן צו האבן א היקף אויף די גאנצע מסכת.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן די מגידי שיעור בחברות קנין תורה, דערנאך האט די רב שליט"א אויפגעטראטן מיט דברות קודש קרוב צו א שעה צייט און מעורר געווען איבער קביעות עתים לתורה ובפרט בחבורת קנין תורה שאין התורה נקנית אלא בחבורה, בתוך דבריו האט די רב דערמאנט די נציבים וואס שטייען צו די האנט און זענען תומך די חבורה צו קענען ווייטער אנגיין און ספעציעל הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעזער הי''ו 'נציב תורת ארץ ישראל' וועלכע האלט אויס די חבורה וואס איז צושפרייט אין ארץ ישראל אין איבער צען שטעט, אויך האט די רב דערמאנט די פטירה פונעם עמוד החסד אין די קהילה ר' לייבל רובין ע"ה, די רב שליט"א האט מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע מסיימים. מיט'ן בענטשן איז נתכבד געווארן הרה"צ ר' דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי.
Hozzászólások