מוצאי שבת פ' נח • ו' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מארגן זונטאג נאכמיטאג וועט פארקומען א ספעציעלער אנדענק צערעצאניע אויף די וויליאמסבורג'ער גאסן פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול פאפא אין שפיץ פון די ראשי הקהילה והמוסדות אין הויעך ראנגיגע רעגירונג'ס באאמטע וואס וועלן באשטימען דעם נאמען פון פענן סט. קארנער בעדפארד עוו. אלס "ר' יוסף וועבער וועי" אין אנדענק פונעם אומפארגעסליכן איש ציבור אין עסקן נמרץ הרב החסיד המפואר ר' יוסף וועבער ז"ל לאנגיעריגער גבאי אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג.
הרב החסיד ר' יוסף וועבער איז געוועהן א משמש בקודש ביי הרה''ק 'ויחי יוסף' מפאפא זי''ע, א גבאי נאמען אין ביהמ''ד אין מראשי הקהילה והמוסדות צענדליגער יאהרן, וואו אויך האט ער געדינט אלס פירער פון די קאמיוניטי באורד אין וויליאמסבורג, אין בכללית אן עסקן נמרץ וועלכע האט מקדיש געוועהן זיין לעבן מיט ווייטגרייכענדע לייסטונגען למען הכלל והפרט אין לטובת העיר וויליאסמבורג. אצינד איז באשלאסן געווארן אז דער גאס וואו עס געפינט זיך ביהמ''ד הגדול פאפא אויף פענן סטריט ביים ווינקל פון בעדפארד עוועניו, וועט אנגערופן ווערן אויפ'ן נאמען "ר' יוסף וועבער וועי" אין אנדענק פון ר' יוסף.
تعليقات