דאנערשטאג פ' וירא • י"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם ליל שישי פ' לך לך ווען די אריבער 600 תלמידי ישיבות הקדושות פון חצור אין ראשון לציון - וועלכע זענען סטאנציאנירט אין ירושלים צוליב די מלחמה צושטאנד אין דרום ארץ ישראל, האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף הונדערטער בלעטער גמרט בע"פ אין ראם פון 'מזומנים'.
די בוחנים זענען געוועהן הרה''ג רבי יוסף צאלער ראש ישיבת רוזין סאדיגורה און הרה''ג רבי אברהם ישעי' שפירא פון די חשובע ליטווישע רבנים אין בני ברק. נאכן פארהער האבן זיי ארויסגעברענגט זייער התפעלות פון אזא ידיעת התורה וואס די בחורים האבן באוויזן און זייער שטוינענדע שליטה אין די מסכתות הש"ס, די פאהרעהר איז געווען בנוכחותו פון כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א וואס האט געשעפט גרויס קורת רוח, די רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים און פארטיילט וויין פאר אלע משתתפים.
Kommentare