top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הבהרת דברים • האד' מקארלין סטאלין איז מסביר זיין צוגאנג צום מצב המלחמה ביים טיש זאת חנוכה

עודכן: 14 באפר׳ 2024

פרייטאג פ' מקץ • ג' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן אויפדערנאכט ביים טיש זאת חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א משמיע געווען דברות קודש חוצבים להבות אש אין הבהרת דברים אמבאלנגט דעם יעטציגן שעת מלחמה בארץ הקודש ווי די רבי שליט"א האט אויסגעקלארט דעת קדשו בנוגע זיין צוגאנג צו די מצב זאגנדיג אז כאטש מיר ווייסן 'הרבה דרכים למקום', איז געוועהן די דרך אבותיו הק' אין נאך פילע צדיקים רועי החסידות ליב צו האבן און העלפן יעדן אידיש קינד באשר הוא אין נישט בודק זיין וויאזוי ער גייט אנגעטוהן וכדומה, כאטש ער איז נישט איינשטימיג מיט אונזער מיינונג. די רבי האט אויסגעשריגן ''ווי איז געהערט געווארן אזא זאך מזאל זאגן אז מען טאהר נישט העלפן א צווייטן איד! מיר שעמען זיך נישט מיר אונזער דרך, און עס איז א חובה אויף יעדער איד צו טוהן ככל שביכלתו צו העלפן יעדן איד באשר הוא אין די שווערע צייטן".




Comentários


bottom of page