דינסטאג פ' וישב • כ"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
מטעם בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז געמאלדן געווארן, אז היי יאר וועלן די מעמדי הדלקת נר חנוכה פארקומען אויף פיל א קלענערע פארנעם ווי געווענליך, צוליב די שווערע מלחמה צושטאנד בארצינו הקדושה, וואס טוט גאר שטארק פארשווערן דאס קומען און גיין און דאס אפרעכטן גרויסע מעמדים מיט די באטייליגונג פון טויזענטער אידן.
בפקודת הקודש פונעם גערער רבי'ן שליט"א וועלן די מעמדי הדלקה פארקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי געווענליך, אבער עס וועלן ווערן אריינגעלאזט פיל א קלענערע עולם ווי יעדעס יאר, און עס וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די חסידים מיטצוהאלטן בלויז איין לעכטל חנוכה בצל הקודש.
ווי געמאלדן פון רבי'נס שטוב, וועלן די חסידים פון ירושלים קענען קומען מיטהאלטן צוויי לעכטלעך חנוכה ביים רבי'ן, און די חסידים פון אויסער די שטאט וועלן בלויז קענען קומען איין לעכטל, אדער אויף שבת חנוכה ווען דער רבי וועט פראווענען א טיש לכבוד החג ברוב עם הדרת מלך.
אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז פאר די חסידים אין ניו יארק און ניו דזשערזי, וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ די ערשטע נאכט, צו קענען מיטהאלטן די מעמד הדלקת נר חנוכה בצל הקודש.
Comments