top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צו די מקומות הק' אין אייראפע

זונטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך מיטוואך (מקץ) איז כ''ק הגה''צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט''א האדמו''ר מתורת חכם אפגעפלויגן קיין אוקריינע וואו ער האט געוויילט איבער שבת אין אומאן סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה''ק רבי נחמן מברסלב זי''ע.


מיטוואך נאכמיטאג האט הגה''צ רבי איטשע מאיר געלאנדעט אין פולין אין האט פון דארט פארגעזעצט די רייזע מיטן באן אריבער די גרעניץ קיין אוקריינע, פארנאכטס איז מען אנגעקומען קיין מעזיבוזש וואו מען האט געדאווענט מעריב נאכגעפאלגט מיטן הדלקת נרות חנוכה. כחצות הלילה איז די רבי שליט''א ארויף צום ציון קודש הקדשים פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' זי''ע.


צומארגנס דאנערשטאג צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית אינעם בעל שם טוב'ס שוהל אין מעזיבוזש אין יורד געוועהן לפני התיבה צו שחרית הלל אין מוסף, נאכמיטאג איז מען ארויסגעפארן קיין אומאן אין אויפדערנאכט כחצות הלילה ליל זאת חנוכה האט די רבי געצינדן די נירות אינעם אכסניא אין אומאן. פרייטאג פארטאגס האט מען געדאווענט שחרית כוותיקין ביים ציון הק' אין אומאן. אויף שבת האט הגה''צ רבי איטשע מאיר געוויילט סמוך ונראה צום ציון הק' אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה פון אריבער הונדערט חסידים וועלכע זענען געקומען פון ארץ ישראל אין חוץ לארץ מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת.






























Hozzászólások


bottom of page