top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דראמאטישע הוראה פון האד' מלעלוב פאר קהל חסידיו נישט צו נוצן די 'שערי צדק' שפיטאל

זונטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א דראמאטישע שריט איז היינט איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פאר כלל חסידי לעלוב בארץ הקודש, אין נאמען פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, אז פון היינט און ווייטער זאלן די חסידים זיך באנוצן בלויז מיט די הדסה שפיטאל אין ירושלים, און נישט מיט די שערי צדק שפיטאל, נאך פארשידענע סיבות וואס האט זיך געמאכט אין די לעצטע תקופה.


אין א מודעה וואס איז געמאלדן געווארן דורך דעם לעגענדארער משמש בקודש הרב אהרן לוסטיג, האט ער איבערגעגעבן אין נאמען פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וואס דער רבי האט געהייסן איבערגעבן פאר די חסידים תושבי ירושלים, נאכן דורכטון די נושא בכובד ראש איז באשלאסן געווארן אז אין פאל פון נויט זאל מען גיין בלויז צו די הדסה שפיטאל, און פארענדיגט מיט א ברכה אז מ'זאל נאר דארפן גיין צו אזעלכע פלעצער אויף שמחות מיטן אויבערשטנס הילף.

Comentarios


bottom of page