דינסטאג פ' ויחי • י"ד טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שבת איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין מאנסי אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' רפאל פערלמוטער מראשי ק''ק סאטמאר מאנסי, צום שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און איבער די הצלחה פונעם פלייש געשעפט פון די קהילה אין מאנסי און נאך, דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי ר' רפאל הי"ו האט געקויפט צוויי כתות אינעם בנין הת"ת אויף מאנסי בלוד, דער רבי האט געטרינקען לחיים און טועם געווען מזונות און פיש, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
Comments