top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נועדו יחדיו • אינטערסאנטע באגעגעניש צווישן המקובל רבי יעקב עדס אין האד' מצאנז

מיטוואך פ' שמות • כ"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


אן אינטערסאנטע באגעגעניש איז נעכטן פארגעקומען אין קרית צאנז נתניה צווישן די בארימטער מקובל הגאון רבי יעקב עדס שליט''א אין כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א.


הרב עדס וועלכע איז אנגעקומען קיין נתניה איבערצוגעבן א דרשת חיזוק אין איינע פון די קהילות אין שטאט איז נאכן שיעור כחצות הלילה אנגעקומען צום היכל התורה אינעם מתיבתא אין קרית צאנז, וואו דער מקובל האט זיך באגעגענט מיט עטליכע בחורים פון קיבוץ אין גערעט מיט זיי אין לערנען, אינצווישן האט זיך כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א דערוויסט אז הנה צדיק זה בא לבית מלונו, די רבי איז אראפגעקומען צום היכל התורה אין ווארעם באגריסט דעם חשובן גאסט, זיך אינטערסירנדיג אינעם מצב הבריאות פון אביו הגאון רבי יהודה עדס ראש ישיבת קול תורה. דערנאך האט זיך די רבי שליט''א אוועקגעזעצט מיטן מקובל אויף א באנק אין ביהמ''ד וואו מען האט קרוב צו א שעה צייט פארברענגט בדברי תורה אין עניני השעה. דער מקובל האט שטארק משבח געוועהן דער תורה רעוואלוציע פון מפעל הש''ס מיסודו פון הרה''ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זצ''ל, אין בשבח פונעם חסידישן יישוב אין קרית צאנז, אזוי האט מען געשמועסט איבער נאך פארשידענע ענינים וואו שובבי''ם אין איבער די מצב המלחמה אין ארץ ישראל. נאכן לאנג פארצויגענעם שמועס האט זיך די רבי שליט''א געזעגנט מיטן מקובל בברכת ברוב ידידות.







Comments


bottom of page