מיטוואך פ' וזאת הברכה • י"ב תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
אויף יום הקדוש בחצר באבוב זענען געקומען צו פארן הונדערטער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, און אלע באבוב'ער שטיבלעך זענען געווען פארשפארט אויף יום כיפור.
ערב יו"כ ביים עלות האט דער רב שליט''א מקיים געוועהן דער מנהג כפרות וואס איז היי יאר פארגעקומען אין די גרויסע פארקינג לאט אין חצר פון ביהמ"ד, נאכמיטאג איז די רב אריינגעקומען צו די ירצה טיש אין משמיע געווען שטארקע דברי כיבושין און מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים.
די רב האט געדאווענט מעריב, מוסף און נעילה און דעם קול הולך למרחוק פונעם רבי'ן שליט"א איז גוט געהערט געווארן אינעם גאנצן היכל הביהמ''ד. ביי די הפסקה איז די רב שליט"א אריין צו די מנין פון די קינדער און זיך צוגעקוקט ווי זיי דאווענען.
ביים ליינען איז די רב'ס עליה פארקויפט געווארן פארן סכום פון הונדערט טויזענט דאללער דורך הרבני הנגיד ר' ישראל אנגלאנדער וועלכע האט ביים מי שברך געשנאדערט נאך הונדערט טויזענט דאללער, אזוי אויך האט ער געקויפט מפטיר יונה פאר'ן סכום פון 15 טויזענט דאללער לכבודו פון הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א.
בחצר הקודש באבוב איז די רב'ס עליה פארקויפט געווארן פארן סכום פון הונדערט טויזענט דאללער דורך הרבני הנגיד ר' ישראל ענגלענדער וועלעכע האט ביים מי שברך געשנאדערט נאך הונדערט טויזענט דולר אזוי אויך האט ער געקויפט מפטיר יונה פאר'ן סכום פון 15 טויזענט דולר לכבודו פון הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א.
היי יאר איז איינגעשטעלט געווארן ספעציעל פירהענג פאר יזכור אונטער די ווייבער שוהל און אויף די גאלעריע'ן כדי די ציבור זאל נישט דארף ארויסגיין ביזן גאס וואס האט געקאסט אסאך צייט אין איז צוגעקומען צו א מצב פון סכנת נפשות מחמת די שטופעניש ביים ארויסגיין פון ביהמ''ד.
מוצאי יום כיפור ביים טיש האט די רב בתוך דבריו ווידער אמאל מעורר געווען איבער נייע מאדע'ס וואס כאפן זיך אריין, און מען זאל זעהן זיך צו האלטן צום אמאליגן דרך מיט וואס ס'זאל נאר זיין, די רב האט דערמאנט לעדערנע תפילין בייטלעך שטריימלעך און נאך נייעמאדע'ס, סוף טיש האט די רב ווי איינגעפירט אויסגעלערנט א נייעם ניגון לכבוד יו"ט סוכות וואס וועט געזינגען ווערן ביי די טישן דורכאויס יו"ט, היי יאר האט מען אויסגעלערנט א ניגון פון הייליגן תפארת שלמה זי''ע.
Comments