מונטאג פ' ויחי • י"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם ליל שישי האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א באטייליגט ביים צענטראלער שמחת השבע ברכות בחצר הקודש סלונים, וואו כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א האט אויפגענימען דעם רבי'ן שליט''א מיט גרויס שמחה און הערצה און זיך אויפגעשטעלט לכבודו, די רבי'ס האבן פארברענגט א משך זמן און זיך ווארעם געוואונטשן בברכות לרוב.
די תולדות אברהם יצחק רבי איז מכובד געווארן צו טאנצן מיט די חתן אין איז דאן ארויס אין א באזנדערער ריקוד מיט די זיידע כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, ווען די אדמו''רים זענען געטאנצן א פייערדיגע ריקוד זיצענדיגערייט מחמת חולשתם, וינועו אמות הסיפים.
Comments