מונטאג פ' פינחס - י"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
ברוך דיין האמת: אין בני ברק איז דעם שבת נפטר געווארן הרבנית הצדקנית מרת ציפורה קלמנוביץ ע"ה אשת חבר ליבלחט"א הגאון הצדיק רבי ישראל יצחק קלמנוביץ בעל 'אהלי ישועה'.
די רעבעצען איז געוועהן א טאכטער פון הרב רבי יצחק מאיר קרלנשטיין זצ"ל מגדולי תומכי דאורייתא אין פון די נאנטע מקורבים ביים הייליגן חזון איש, בהגיעה לפרקה האט זי חתונה געהאט מיט איר גרויסן מאן צו וועם זי איז צענדליגער יאהרן צוגעשטאנען בעוז ותעצומות צו זיין עבודת הקודש אין הרבצת התורה, אין די לעצטע תקופה איז די רעבעצען ליידער נישט געזינט געוועהן אין דעם שבת האט זי אויסגעהאכט די נשמה אין עלטער פון 85 יאהר.
די לוי' איז פארגעקומען מוצאי שבת אין איז ארויס מוצאי שבת פון איר שטוב אין בני ברק ווי דער גאון האט מספיד געוועהן בדמעות שליש, פון דארט איז די לוי' ארויס צום בית החיים סנהדירה אין ירושלים ווי די נפטרת איז געברענגט געווארן למנוחת עולמים.
Comentários