מיטוואך פ' שופטים - כ"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות
דרכי כל העולם כולו אבילות, די אויגן פון די גאנצע חסידישע געמיינדע בפרט, און די גאנצע אידישע וועלט בכלל, זענען נאך טיף פארוויינט און פארטרויערט, ערשיטערטע געמיטער און צובראכענע הערצער זעהט זיך אן אין יעדע אידישע שטוב, בארץ ובגולה ובכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, הלוא תדעו כי שר וגדול נפל היום הזה בישראל.
אינעם גרויסן טאג פון ערב ראש חודש אלול, בהאי שעתא רעוא דרעוין, האבן צענדליגע טויזענטער אידן באגלייט אחר מיטתו פונעם לעצט פארבליבענע נר המערבי, די הייליגע ליכט וואס האט זיך אנגעצינדן בעיר הקודש והמקודש ירושלים, און האט באלאכטן די גאנצע וועלט פאר צוויי און ניינציג יאר כולן שוין לטובה.
יעצט ביינאכט ווען עס שליסט זיך די שווערע און טרויעריגע טאג בקורות ימי החסידות, פרובירן מיר זיך צוזאמצוקלויבן און איבערגעבן א דעטאלירטע באריכט פון אשכבתיה דרבי, די טאג וואס די יהדות החרדית בארצות הברית האט זיך געזעגנט פון אזא געטרייע רועה נאמן און מנהיג רוחני פאר יעדע אידיש קינד וואס האט זיך געקלאמערט לאורו הגדול.
ווי נאר די שווערע בשורה איז ארויס פון רבינ'ס שטוב, ארום צוויי מינוט בעפאר איינס אזייגער כחצות היום, האט דער בארימטער בעל דרשן און שריפטשטעלער הרב יצחק שלמה דרעזנער מחשובי המתפללים אין ביהמ"ד ראחמיסטריווקא, מיט קורצע געמאסטענע ווערטער איבערגעגעבן די שרעקליכע בשורה אויף די טעלעפאן ליניע פון חסידי ראחמיסטריווקא, זאגענדיג מיט טרערן "יתומים היינו ואין אב, אוי לה לספינה שאבדה קברניטה, דא רעדט יצחק שלמה דרעזנער פארנט פון רבינ'ס הויז, מ'האט געבעטן איבערצוגעבן די בשורה, אין רבינ'ס צימער רייסט מען יעצט קריעה, בשורות טובות.
אוי ואבוי.
תיכף האט זיך פארמירט א מאסיווע גרופע פון עסקנים, כלל טוער, וואלאונטירן פון הצלה, חברים, שומרים, שמירה, און פאליציי, צו דורכשמועסן אלע דעטאלן ארום די גרויסע לוויה, צו פארזיכערן די העכסטע מאס כבוד פאר יעדן איינעם. די גרויסע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד איז געווארן אפגעשפארט ווי מען האט איינגערישט די ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן די מאקסימום מעגליך.
ארום דריי אזייגער האט מען געעפנט די טויערן פון ביהמ"ד הגדול, וואו טויזענטער חסידים האבן אריינגעשטראמט אין די נאכפאלגענדע מינוטן, ביז די גאנצע היכל און די גאלעריע פון עזרת נשים איז שוין געווען איבערגעפולט מיט כלל חסידי ראחמיסטריווקא, תושבי העיר בארא פארק, און פילצאליגע אידן וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי.
אין צענטער פון היכל בית המדרש איז געווען א פארמאכטע גדר נישט צוצוברענגען קיין געדרענג, אינעווייניג אינעם גדר ארום די ארון זענען געזעסן אויסגעשורה'ט די קינדער פון רבי'ן הרבנים הגאונים הצדיקים, און נאך פילע רבנים ואדמורי"ם. ווי באריכטעט האט מען אנגעהויבן מיט פרקי תהלים, נאכפאלגענדיג מיט קורצע דברי מחילה ופרידה פונעם רבינ'ס אייניקל הגה"צ ר' מאיר יוסף רובין שליט"א דומ"ץ ראחמיסטריווקא, און דערנאך האט מען געהערט דברי קינה ונהי פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ארץ הקודש, ווי ברייט באריכטעט דא אויף קול בחצרות.
ארום פיר פערציג האט דער לעגענדארער משמש בקודש הרב החסיד ר' יהושע חיים קאסטען, וועלכער האט זוכה געווען צו משמש זיין דעם רבי'ן מיום עלותו על כס האדמורו"ת, פארגעזאגט קל מלא רחמים מיט א קול געשטיקט פון טרערן, דאן האט מען אויסגערופן אז בלויז ווער עס איז געווען היינט אין מקוה, און איז גענצליך אפגעהיטן בעניני טעכנעלאגיע, איז ערלויבט אנצורירן די מיטה, און ווער עס איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן בעניני טעכנעלאגיע, איז נישט ערלויבט צו האלטן די מיטה, על פי הוראת הרבנים הגאונים שליט"א.
מען האט אנגעהויבן באגלייטן די מיטה ארויס פון ביהמ"ד, אונטער א פארזיכערטע באגלייטונג, אראפ ביז די עלפטע עוועניו, און פון דארט ביז די זעכציגסטע סטריט.
שווערע טויזענטער אידן האבן באלאגערט די צוגעגרייטע באסעס אויפן וועג קיין מאנסי, די קינדער פון רבי'ן זענען געפארן אין א ספעציעלע גרויסע ספרינטער אלע אינאיינעם, און ביים אנקומען קיין מאנסי האבן טויזענטער אידן אפגעווארט די מיטה אויף סעדל ריווער ביים ווינקל פון סאוט מאנסי ראוד.
ארום צוואנציג נאך זיבן איז די מיטה אנגעקומען צום באשטימטן ארט, און די פיל קעפיגער ציבור האט אנגעהויבן באגלייטן ביז די בית החיים הר שלום. עטליכע מינוט נאך אכט האט מען אריינגעברענגט די מיטה אין בית החיים צום נייעם חלקה פון חסידי ראחמיסטריווקא, וואס איז געווארן באנייעט מיט א יאר צוריק ווי באקאנט. אויף הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום די גאנצע שטח זענען געשטאנעם פארזאמלט שווערע טויזענטער אידן, צו קענען מיטהאלטן אשכבתיה דרבי בדרכו האחרונה.
די רבנים אדמורי"ם וחשובי העדה האבן אפגעראכטן די הקפות כנהוג, און די קינדער פון רבי'ן, און ברודער פון רבי'ן הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א האבן געריסן קריעה כדת וכדין, ווען נאך זיי טוען פילע תלמידים וחסידים רייסן קריעה מיט יאמערליכע טרערן.
נאך סתימת הגולל האט מען אין לאנגע שורות מנחם געווען די אבלים, וועלכע זענען דערנאך צוריקגעפארן קיין בארא פארק לביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן זצ"ל, און זיך געזעצט שבעה זייענדיג מקבל תנחומין פון די בני המשפחה.
ביי די מסע הלוויה אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא, די איידימער כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ קייאמישע און בארניב, די פלומעניק'ס פונעם רבי'ן כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ ירושלים, און סקווירא ב"פ, דעם רבינ'ס מחותנים כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, כ"ק האדמורי"ם ממונקאטש, טענקא, מעזבוזש, קראלי, צאנז זוועהיל, לויעב טשערנאביל, קאסוב, בריזדוביץ, פאפא ב"פ, אונגוואר, בית חיים יהושע, הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי, הגה"צ דומ"ץ באבוב, און נאך.
ביי די לוויה אין מאנסי האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא וועלכער האט זיך באטייליגט ביז נאך סתימת הגולל, די פלומעניק'ס פון רבי'ן כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, און בארא פארק, סקווירא ב"פ און סקווירא מאנסי. כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר פון קרית יואל און סאטמאר פון וויליאמסבורג, באבוב, באבוב 45, פאפא, מונקאטש, צאנז קלויזענבורג, האחים האדמורי"ם מסקולען, סקאליע, סטאניסלאוו, פארשעי, לויעב טשערנאביל פארשעי, הגה"צ הישיש ר' משה וואלפסאן אבד"ק אמונת ישראל, אב"ד קלעסאן, אב"ד ציעשנוב, נשיא מוסדות סקווירא ב"פ, און נאך פילע אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
Opmerkingen