top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית מדרשו של רבי: סעודת הילולא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל ביי נכדו האד' מסקולען

פרייטאג פ' פקודי • כ''ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי פריינד, JDN

 

לרגל די זעקסטע יארצייט פונעם עמוד צלותהון דישרא"ל, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצוק"ל, האבן זיך הונדערטער חסידים פארזאמלט דעם דינסטאג בפניא דמעלי יומא דהילולא ביים סעודת הילולא רבתית במחיצת הקודש פון נכדו הגדול ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.


די סעודת הילולא איז פארגעקומען בבית מדרשו של רבי אין שטאט בארא פארק, וואס איז אויסגעשטאט געווארן מיט פילע זיץ פלעצער און פארענטשעס פאר די בחורי חמד, די ביהמ"ד איז שוין געווען איבערגעפילט ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען צו תפילת מנחה און איז צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די גרויסער הילולא.


תיכף דערנאך האט זיך אנגעהויבן די סעודת הילולא ווען די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה. אנהייב סעודה האט אויפגעטרעטן כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א וואס האט ארומגערעט בגודל קדושת המקום ובמשנתו של בעל ההילולא, און האט בתוך דבריו ארומגערעט מיט התרגשות אז דאס ארט איז שטענדיג געווען די לייכטורעם פון די שטאט בארא פארק, און ווערט ב"ה ווייטער נמשך בגאון ובעוז דורכ'ן רבי'ן שליט"א, און אנגעוונטשן דעם רבי'ן למען יאריך ימים על ממלכתו.


דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים מיט קורצע דברי תורה לכבוד די הילולא און ספעציעל ארויסגעברענגט די מלחמת אש פונעם בעל ההילולא קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע, און אויך ארומגערעט איבער מורא מקדש, אויך האט די רבי ארומגערעט איבער די התקשרות פון אביו הגדול די רבי זצ"ל נאך וועם משטייט נאך בשנת האבילות מיט זיין פאטער די בעל הילולא ונפשו קשורה בנפשו, און האט מסיים געווען אז דער בית דין פון די שלושת הרועים צדיקי בית סקולען זאלן גוזר זיין גזירות טובות און ישועות ורפואות לכל בית ישראל.


מיט דברי זכרון האט אויפגעטרויטן די לאנגיעריגע משמש בקודש פון אדמור"י סקולען הרה"ח ר' ישראל משה שטוהל הי"ו נאמן ביתו פון בעל הילולא וועלכע האט געשילדערט עובדות וסיפורים וואס ער האט אליין בייגעוואוינט בקודש פנימה.


די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און די ציבור איז דורך באקומען כוס של ברכה, און וואונטשן לחיים, בשעתן דורכגיין איז אריינגעקומען הגה"צ אב"ד מראה יחזקאל שליט"א מיט וועם די רבי האט פארפירט א לענגערע שמועס איבער די קשרי ידידות פונעם בעל הילולא מיט אביו הגה"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג זצ"ל.


די אויבן אן איז באשיינט געווארן דורך די זרע קודש פונעם בעל הילולא, חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי דוד לייב קלוגהאפט שליט"א אדמו"ר מסטרעליסק, הגה"צ רבי מאיר דוד סעקולא אב"ד כליל תפארת סקולען, הרה"ג ר' רבי אורי קלוגאהפט אב"ד מאור ישראל סטעטן איילענד, און אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מבאטאשאן שליט"א, אב"ד טעטש, דומ"ץ דעברעצין, הגאון רבי יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא און נאך רבנים חשובים.


コメント


bottom of page