top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבנישע דעלעגאציע ביים ספיקער 'מייק דזשאנסאן' אין וואשינגטאן צו קעמפן קעגן גזירת החינוך אין ניו יארק

דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דער פארגאנגענעם וואך שבוע שחל בו שבועות האט זיך א דעלעגאציע מחשובי הרבנים מנהיגי עדת ישורון אין ניו יארק ארויסגעלאזט צום הויפטשטאט וואשינגטאן די. סי. צו אינטערווינירן און שתדלן ביי די הויכע פענסטער להצלת שארית ישראל, אז די רעגירונג זאל נישט אויספירן אירע פינסטערע פלענער ומזימות רשע צו טוישן די הייליגע בתי חינוך היל"ת.


גאר אן איינדרוקספולע מחזה האט זיך אנטפלעקט אין די פאליטישע קארידארן אין וואשינגטאן, ווען עס זענען ערשינען אינאיינעם די מנהיגי העדה, הלא המה הגאון רבי חיים פלאהר שליט"א ראש כולל זכרון מנחם - כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א - הגה"צ אבד"ק קרית קאשוי שליט"א - הגה"צ אבד"ק שאפראן שליט"א - הגה"צ אבד"ק אור לישרים שליט"א - הגה"צ אבד"ק קאשוי וומ"ס שליט"א - און דער חשובער דובר משרים הרב יעקב שפירא שליט"א פון בעיסוואטער.


די זיצונג איז צושטאנד געקומען אדאנק די השתדלות פונעם  קאנגרעסמאן 'מייק לאולער' פון ראקלענד קאונטי, און טראגט א באזונדערע ספעציעלע געוויכט צוליב דעם וואס עס איז פארגעקומען ביים פרעזטישפולן ספיקער פון רעפרעזענטאטן הויז 'מייק דזשאנסאן', וואס דער 'ספיקער' איז דער דריטער העכסטראנגיקער ערוועלטער פירער אין אמעריקא, און האט א געוואלדיגע כח צו קענען באאיינפלוסן פעדעראלע געזעצן איבערן לאנד.


די דעלעגאציע איז געקומען אויפן דירעקטען איינלאדענונג פונעם ספיקער 'מייק דזשאנסאן', נאכדעם וואס א גרעסערע דעלעגאציע פון רבנים האבן זיך שוין געטראפן מיטן ספיקער זשאנסאן אינאיינעם מיטן קאנגרעסמאן מייק לאולער, דעם פארגאנגענעם ווינטער, אין וועסטשעסטער, וואס האט דאן גאר שטארק באיינדרוקט דעם ספיקער, און ער האט אויסגעדרוקט זיין גרייטקייט צו העלפן באקעמפן דעם גזירת החינוך, און ער האט דאן איינגעלאדנט די רבנים שליט"א צו קומען קיין וואשינגטאן און דארטן זיי אויפנעמען בכבוד הראוי אינעם קעפיטאל.


ביי דעם אוידיענץ האבן זיך אויך משתתף געווען עטליכע גרויסע אדוואקאטן פון די גאר בארימטע 'עי די עף' פירמע, א'לייענס ד'עפענדינג פ'רידאם, וועלכע ספעציאליזירן זיך אין אלע סארטן אנגעלעגענהייטן וואס טוען באקריוודען רעליגיעזע רעכטען, און שוין עטליכע יאר וואס די רבנים האבן זיי אריינגעברענגט ארויסצוהעלפן מיטן קאמף להצלת החינוך אויפן לעגאלן פראנט.


במשך דעם זיצונג האט מען ארויפגעברענגט על שולחן מלכים פארשידענע נייע אספעקטן לקדם פני הרעה וויאזוי צו באשיצן די הייליגע חינוך, און נאכן אויסהערן די רירענדע דברים היוצאים מלב טהור פון די מנהיגי העדה, איבער דעם שרעקליכן געפאר פארן עתיד דורותינו, איז דער געערטער ספיקער געווארן זייער איבערגענומען, און ער האט ארויסגעברענגט מיט גאר ווארימע ווערטער זיינע געפילן פון די רבני'שע דעלעגאציע, און ער האט צוגעזאגט פאר די רבנים זיין גרייטקייט צו ארבעטן צוזאמען מיטן קאנגרעסמאן לאולער מיט וואס עס וועט זיך אויספעלען, און דאס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט ווארימע ווערטער פון דעם קאנגרעסמאן לאולער וועלכער האט פארשפראכן זיין פולסטן צוזאמנארבייט להצלת החינוך.



Comments


bottom of page