top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לקה בכפליים: הרה"ג ר' מיכל געשטעטנער זצ"ל מרבני ביאלא זוהן פון הגאון בעל להורות נתן זצ"ל פלוצלינג נפטר געווארן

זונטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרדיט: יהודה פרקוביץ

 

אבד חסיד מן הארץ: מיט גרויס צער און טרויער קומט אן די שווערע בשורה פון בני ברק איבער די פריצייטיגע פטירה פון האי גברא רבה ויקירא, הגאון החסיד ר' יחיאל מיכל געשטעטנער זצ"ל פון בני ברק מחשובי רבני ביאלא, זון פונעם עמוד ההוראה הגאון האדיר רבי נתן געשטעטנער זצ"ל בעל 'להורות נתן', וועלכע איז נעכטן מוצאי שבת פלוצלינג נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 67 יאהר, בלויז קארגע צוויי חדשים נאך די פטירה פון זיין מוטטער הרבנית געשטעטנער ע"ה.


די חשובע נפטר איז געווען די פופטער זון פונעם גאון מופלג דער בעל להורות נתן, ער זעלבסט איז געווען א מרביץ תורה אין פארשידענע קהילות הקודש ווי ער האט לאנגע יאהרן איבערגעגעבן שיעורים, אויך האט ער ארויסגעגעבן לאור עולם טייל פון די ספרים פון זיין גרויסן פאטער זצ"ל, און צוגאב צו אייגענע חיבורים אין פארשידענע מקצועות התורה.


אין זיין יוגענט איז ער נתקרב געווארן צו הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זצ"ל אין וועם ער איז געווען שטארק דבוק ומקושר, שפעטער האט ער זיך מסתופף געווען בצל בנו כ"ק אדמו"ר בעל מבשר טוב מביאלא זצ"ל, און דערנאך ביי בנו ממלא מקומו יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א.


דורכאויס די לעצטע יאהר האט ער ליידער געליטן שווערע יסורים נאכן דורכגיין דיאלעסיס, מוצאי שבת איז ער פלומצלינג צוזאמגעפאלן פארנט פון זיין שטוב, ווארשיינליך פון א הארץ אטאקע, און צוריק געגעבן זיין נשמה ליוצרה, ואיננו כי לקח אותו אלקים.

ת.נ. צ. ב. ה.

Comments


bottom of page