מוצאי שבת פ' אחרי • כ"ו ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארלאפענעם ערב שביעי של פסח נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א ווי באריכטעט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פארשידענע קאמפלעקאציעס אין אן אנצינדונג וואס האט זיך געשאפן נאכפאלגענדיג די אפעראציע וואס די רבי איז אריבער אין די טעג בעפאר יו"ט.
אנהייב ווען מען האט אריינגענימען דעם רבי'ן אין שפיטאל האט מען זיך נאכאלס גערישט אויף א דערהויבענע יום טוב בחצר הקודש און מען האט געהאפט אז די רבי שליט"א וועט זיך צוריקערן פון שפיטאל נאך בעפאר די זמן יו"ט, ארום פינף אזייגער נאכמיטאג האבן די דאקטוירעם קלארגעשטעלט אז לטובת דעם רבינס וואוילזיין וועט די רבי דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אויף איבער יום טוב.
די פלוצימדיגע מודעה האט אויפגעשאקלט חסידי פינסק קארלין בכלל און די פולע געסט וואס האבן עולה געווען קיין ירושלים ספעציעל צו פראווען שביעי של פסח בצל הקודש בפרט, תיקף האבן זיך די חסידים גענומען צום תהילים'ל ווארטענדיג צו הערן ווייטערדיגע באריכטן איבער וויאזוי די יו"ט וועט צוגיין.
קורץ בעפאר די זמן איז געמאלדן געווארן דורך די גבאים ומשמשים בקודש אז בלויז א מנין חסידים וועלן זוכה זיין צו וויילן ארום די רבי פאר די תפילות אין טישן זייענדיג מלך אסור ברהטים אויף די צוועלעפטע שטאק פון די הדסה עין כרם שפיטאל.
ווען יו"ט איז צוגעפאלן האבן זיך אבער באוויזן אין שפיטאל מער ווי עטליכע מנינים פון חסידים וואס האבן משתוקק געווען להסתופף בצל הקודש, צוביסלעך האבן זיך אנגעזאמעלט מער און מער חסידים, ווען די שמועה אז די שפיטאל פארוואלטונג ווארפט נישט ארויס פון די קארידארן האט זיך פארשפרייט צווישן דעם עולם.
די רבי איז טאקע ארויסגעקומען צו די תפילות אויף א באשיידענעם פארנעם, און נאכן דאווענען אפגעראכטן די טישן אויף א שנעלערע פארנעם זייענדיג אפגעשוואכט, ספעציעל האט ארויסגעשיינט די דערהויבענע שירת הים וואס האט אויפגעלעבט די שפיטאל קארידארן מיט שירה וזמרה פון האפענונג פאר אלע חולי ישראל.
די רבי שליט"א האט אויך ארומגעשיקט חסידים אין שפיטאל צו מבקר חולה זיין ביי אנדערע אידן וואס האבן זיך אויך געפינען אין שפיטאל אויף יו"ט, די רבי שליט"א האט געזארגט פאר זיי און זיכער געמאכט אז די אידן זענען פארזארגט מיט אלע צרכי החג.
יו"ט צופרי איז אנגעקומען א ספר תורה וואס איינע פון די חסידים האט געברענגט צופוס די לאנגע צוויי שעה'דיגע וועג, א דאנק דעם האבן נאך פולע אידן אין די העכערע שטאקן פונעם שפיטאל זוכה געווען צו הערן די שירה פון א ס"ת מיט מנין.
שפעטער נאכמיטאג איז שוין געווען פארזאמעלט איבער הונדערט אידן ווען די רבי האט געפראוועט די נאכמיטאג טיש, דערנאך ביים זמן מוצאי יו"ט האט די רבי געמאכט הבדלה און געזעגנט די עולם, עס איז געווען א מחזה הוד צו זען אזויפיל געטרייע חסידים שפאצירן די לאנגע וועגן און שטעגן צופוס צום רבי'ן, טייל זענען אפילו איבערגעשלאפן אין די שפיטאל ווינקלן מיט ערלויבעניש פון די שפיטאל שטאב.
כלל ישראל איז ווייטער מרבה בתפלה לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רבין שליט"א מרן ארי' לייב בן יוכבד מונטשע לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.
Comments