top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע 'כינוס כללי' וועט צונויף ברענגן הונדערטער חסידים וידידי בית תולדות אברהם יצחק אין ניו יארק

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

בעת חסידי תולדות אברהם יצחק אין אמעריקא זענען איינגעהילט אין פרייד, זיך גרייטנדיג לקבל את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכע וועט ווי באריכטעט אונטערנעמען א נסיעה קיין אמעריקא בטרחא דגופא צו שאפן די נויטיגע סכומים פארן נייעם גרויסן ביהמ"ד, ווערט די שמחה פילפאכיג מיט די בשורה טובה, איבער א היסטארישן ׳כינוס כללי׳ וואס וועט - צום ערשטן מאל צונויף ברענגען פילע הונדערטער חסידי וידידי תולדות אברהם יצחק צו א מעמד אדיר ומפואר אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, כאיש אחד בלב אחד, לעשות רצון צדיק, און צו ענטפערן דעם הארציגן רוף פון רבי׳ן שליט״א, אים צו שטיין צו הילף אויף צו קענען ענדיגן דאס בית המדרש הגדול והחדש.  


דער ריזיגער מעמד כינוס כללי וועט אי"ה פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג לסדר 'אשר דיבר משה אל כל ישראל' ג' מנחם אב, אינעם ריזיגן שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט הארט נעבן רבינ'ס אכסניא אין וואודבערי דזשאנקשן בגלילות קרית יואל, און עס איז ערווארטעט אז דער רבי שליט״א וועט דערביי איבער געבן דברי ברכה וחיזוק פאר די משתתפים.


 די רבי שליט"א האט אין די טעג ממנה געווען שלוחי קודש וואס זאלן פרעזענליך איינלאדענען אלע חסידים וידידים לבית תולדות אברהם יצחק, און עס וועט ווערן פארטיילט איינטריט קארטלעך צו קענען אנטייל נעמען ביים גרויסארטיגן מעמד. די עסקנים וואס ארבעטן פיבערהאפטיג לילה ויום פאר דער הצלחה פונעם מעמד, ווענדן דערפאר אלעס אן צו פארזיכערן אז יעדער איינער זאל זיך קענען באטייליגן אינעם בעפארשטייענדן כינוס לצדיקים, איש כפי יכולתו, און ספעציעל אז מען זאל קענען אויפנעמען די נדיבים בעם און תומכים, בכבוד הראוי, און פארזיכערן א הערליכער און רייכער פראגראם, פאר׳ן אווענט פון דערהויבנקייט און התחזקות, תחת צילו פון האי גדול וצדיק שליט"א.


כולם נקבצו ובאו לך



Kommentare


bottom of page