top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומפארגעסליכער שבת פאראיבער אויף מאסן תושבי ירושלים בצל הקודש פון האד' מקאסוב

זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אן אומפארגעסליכער שבת איז פאריבער אויף מאסן חסידים ואנשי מעשה און תושבי עיר הקודש ירושלים עיר הקודש, רב לך שבת בעמק הבכא, שטייענדיג בימי בין המצרים און ככלות ימי השלושים לסילוקו של צדיק כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, בצילו פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, מיט רגשי הודאה ברוך אשר לא השבית לנו גואל, אין מיט בענקענדיגע געפילן צו די לעכטיגע שבתים וואס די רבי זצ"ל פלעגט פראווען אין דעם תקופה בקרתא דשופריא אין די ימי בין המצרים מיט כיסופין און השתוקקות צום גאולה השלימה ובנין ירושלים בתפארתה.


אויף שבת זענען געקומען צופארן פילע געסט פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, און פילע חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן זיך צוזאמגענימען לפונדק אחד מיטצוהאלטן דעם שבת מעין עולם הבא, ספעציעל האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון אריבער הונדערט חסידי סערט וויז'ניץ פון אומעטום בשליחות הקודש פון חותן המלך כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א, ובראשם זיינע חשובע קינדער בנו הגדול הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א, און בן זקוניו הרה"צ רבי שלום עוזר האגער שליט"א.


די תפילות און עריכות השולחנות זענען געפראוועט געווארן במקום שהתפללו בו אבותי ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אויף רח' אדוניהו הכהן, ליל שב"ק האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו קבלת שבת מיט א זעלטענע נעימות, נאכן דאווענען האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש אריינטרענדיג אינעם שבת עילאה, די רבי האט באטאנט אז דאס וואס מיר קומען זיך יעצט צוזאם איז א זכר למקדש, צו די הייליגע שבתים וואס די טאטע פלעגט דא פראווען באתרא קדישא הדין מיטשפרינדיג א אבילות אויף חורבן ירושלים, דאן איז די גאנצע ציבור דורך אל מול פני הקודש וואונטשן א גוט שבת.


בשעה 12:00 איז די רבי שליט"א איז ערשינען צום טיש, ווי דער גאנצער היכל הבית מדרש איז געווען מלא וגדוש עד אפס מקום, די רבי שליט"א האט אנגעהויבן די סדר הזמירות, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת ימי בין המצרים, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען גיסו הרה"צ רבי שלום מאשקאוויטש שליט"א חתנא דבי נשיאה פונעם רבי'ן זצ"ל וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן מיטהאלטן דעם שבת, סוף פונעם טיש האט די רבי מכבד געווען גיסו הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א פארזינגען אודה לקל.


שבת אינדערפרי האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו שוכן עד, ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געווען שישי, צו מוסף איז צוגעגאנגען די שוואגער הרה"צ רבי שלום מאשקאוויטש. שבת נאכמיטאג נאך מנחה האט זיך די רבי געוואשן צו שלש סעודות, ווי די רבי האט פארגעזאגט די זמירות און משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה קרוב צו א האלבע שעה ארומרעדנדיג מיט פייערדיגע דברי חיזוק איבער די גרויסקייט פון ביישטיין די נסיונות, ביים טיש האט זיך אנגעזעהן דעם רבינס פעטער הגאון רבי עקיבא וואזנער מו"ץ העדה החרדית, און די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס. נאך מעריב זענען די חסידים אין פילע תושבי ירושלים אריבער ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן א גוטע וואך.



















Comments


bottom of page