דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
מיט אומבאשרייבליכע שמחה והתרוממות עילאה האבן פילע טויזנטער חסידי וויזניץ מיטגעלעבט די חתונה רוממה פון נכד מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ווען מ'האט זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, דער רועה נאמן עטרת תפארת ישראל, דער וויזניצער רבי שליט"א, איז מפאר על ראש שמחתו באנפין נהירין, און איז מאציל הודו בעת משוש.
מיט אויסערגעווענליכע עקסטאז און רירנדע הרגשים האבן די טויזנטער חסידים געהאט די זכי' לראות את פני המלך ולשמוח בשמחתו, בעת דער רבי שליט"א לייגט אראפ א מסירת נפש'דיגע עבודת הקודש פון עבדו את ה' בשמחה, ווען צו דער זעלבער צייט זעט מען אן די געוואלדיגע חולשה און דעם ספר תורה שרוי בצער, ווי דער רבי שליט"א, וואס האט זיך ממש אוועקגעריסן פון די שווערע מעדיצינישע באהאנדלונגען, והוא מחולל מפשעינו, שטרענגט זיך איבער למעלה מכוחותיו הטהורות, מיטצוהאלטן די גאנצע שמחה בנהירו עילאה כאילו לא היה.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד וויזניץ אלעד, בנו חביבו פונעם רבי'ן שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' זאב ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל שעדראוויצקי שליט"א מסטרעטין.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער וויזניצער רבי פארלאזט די שפיטאל, אויפ'ן וועג קיין שיכון וויזניץ, לפאר על ראש שמחתו. אנקומענדיג אין ביהמ"ד איז דער רבי צוערשט אריין בחדרו הפרטי אינעם ביהמ"ד הגדול, און נאך א קורצע וויילע ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין היכל ביהמ"ד.
דער ציבור האט מיט פרייד מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און מ'האט דערנאך געזינגען ניגוני התעוררות. דער רבי האט מפריש געווען צדקה לצדקת רבי מאיר בעל הנס. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער פונעם חתן כ"ק אדמו"ר מדיזקוב וויזניץ שליט"א.
דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה, ווען דער רבי ווערט ארויסגעפירט אויף א בענקל, און געזעצן במשך די גאנצע חופה, ארומגענומען מיט א פלאסטישע מחיצה, אין ליכט פון די שווערע ווינטיגע וועטער.
אנהייב פונעם מעמד החופה איז געהערט געווארן גאר שטארקע דברי התעוררות דורך הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב בדברי כיבושין זייענדיג מעורר דעם ציבור צו אויסנוצן די הייליגע מאמענטן פונעם עת רצון בשעת די חופה צו מתפלל זיין פאר'ן רבי'נס געזונט, בזכות פון די אבות הקדושים וואס קומען דא אראפ זיך משתתף זיין ביי די שמחה. נחלי דמעות איז פארגאסן געווארן דורכ'ן ציבור האלפים בשעת דער אבי החתן הרה"צ ר' יעקב מרדכי שליט"א האט דאן מיט הארצרייסנדע בכיות פארגעזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעקים" פסוק בפסוק.
דערנאך האט דער רבי שליט"א בקול דממה דקה מסדר קידושין געווען. מיט קריאת הכתובה איז נתכבד געווארן דער זיידע הגה"צ ר' יחיאל מיכל שידלובצקי מסטרעטין, ברכות ראשונות דער זיידע הגה"צ רבי וועלוול ערנסטער אב"ד מאור חיים ירושלים, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד.
נאך די חופה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת קדשו פאר'ן ציבור האלפים, און גלייך דערנאך האט הרה"ג ר' ישראל מיללער דומ"ץ קרית וויזניץ צוריקגעוואונטשן דעם רבי'ן, לעומתו ברוך יאמרו, בשם דעם גאנצן עולם עדת צאן מרעיתו אריכות ימים ושנים בבריות גופא ונהורא מעליא.
בשעה 9:00 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו די חתונה לקול תרועת השמחה, און מעודד געווען די ריקודים בכוחות מופלאים, בעת דער ציבור האלפים וואס פילט איבער דעם בית הגדול והקדוש עד אפס מקום הייבט זיך אין די לופטן וינועו אמות הסיפים.
במשך די חתונה האבן זיך משתתף געווען פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען וואונטשן פאר'ן גרויסן זיידן דער וויזניצער רבי וואס האט יעדן אויפגענומען ביותרת הכבוד ובשמחה רבה.
די פעטערס האדמור"ים מוויזניץ, טשערנוביל, טשארנוביל, וויזניץ בית שמש, דזיקוב ויזניץ, און ראזלא, אזוי אויך האדמור"ים מסערט וויזניץ, דושינסקיא, סאדיגורא, פיטסבורג, קאלאשיץ, טרעבישאן, אנטוניא, דעעש י-ם, ברעזשאן, פאשקאן, דעעש, קודינוב, טעמשוואר, קאמארנא, נדבורנא אלעד, קוזמיר, ביאלא פשיסחא הר נוף און נאך פילע רבנים ואישי ציבור.
אויך איז געווען קענטיג ביי די שמחה די השתתפות פון רבי'נס אלע קינדער, אריינגערעכנט די וואס וואוינען אין חוץ לארץ, זענען אלע געקומען צו פארן מיטלעבן די געהויבענע עידן חדוותא ביים ראש בית אב.
מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, די שבע ברכות דער פעטער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, כ"ק אדמו"ר מראזלא, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, און דער פעטער הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד.
דורכאויס די חתונה איז דער רבי שליט"א עטליכע מאל ארויסגעגאנגען אויף הפסקות, און נאכ'ן בענטשן איז דער רבי ארויס אויף א לענגערע הפסקה, ווען מ'האט דאן אויסגערופן צו די מצוה-טאנץ די זיידעס כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, הג"ר מיכל שילדובסקי, דעם רבי'נס אלע קינדער, האדמו"ר מפאשקאן, און א באזונדערע ריקוד לפני הכלה איז אפגעהאלטן געווארן דורך אלע געסט פון אויסלאנד וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום מצוה-טאנץ, און געבעטן צו זינגען דעם "לעלוב'ער ניגון" אין וואס דער רבי קאכט כסדר אריין, און געבעטן אז די אייניקלעך זאלן טאנצן אינמיטן א קאדאטשקע.
דער קלימאקס איז געווען ווען דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' פנחס גרינפעלד האט מיט הארציגע התעוררות'דיגע חרוזים מעורר געווען זכות אבות למען בריאותו השלימה פונעם רבי'ן, מ'האט געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות, און דער רבי האט צוגעטרעטן צו די עבוה"ק, טאנצענדיג זיצעדיגערהייט מיט א געוואלדיגן קאך און ברען.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן און די קינדער, און דערנאך א באזונדערע ריקוד מיט אלע אייניקלעך פונעם רבי'ן, און אלע אייניקלעך פונעם רבי'ן דער ישועות משה.
דערנאך האט מען אויפגערופן די איבריגע זיידעס און מחותנים, און ארום 4 אזייגער פארטאגס האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בניגוני שמחה, שבח והודאה על כל החסד אשר גמלונו, מיטצולעבן א חתונה ביים רבי'ן אין הויף בשעת שהמלך במסיבו.
די אומבאגרייפליכע עבודה נפלאה פונעם רבי'ן אנגייענדיג מיט די עבודת הקודש מיט אזא גבורה דקדושה טראץ די שמערצליכע שוואכקייט, איז ווייטער געקומען צום אויבערפלאך צומארגנס פון די חתונה, ווען טראץ די חתונה איז פארענדיגט געווארן שוין כמעט פארטאגס, איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת שחרית אין די געווענליכע שעה, און אפגעראכטן א פלאם פייערדיגע שחרית שטייענדיג, און ארויסגעקומען צו ברכת כהנים און עולה געווען לתורה כרגיל, און אצינד גרייט מען זיך אויף א געהויבענעם שבת שבע ברכות בצלא קדישא פונעם רבי'ן שליט"א אין בני ברק.

















































































Comments