מיטוואך פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א פריידיגע שטימונג האבן חסידי וויזניץ אין לאנדאן אויפגענימען די בשורה מרנינה איבער'ן קורצן ביקור דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך פון בלויז פיר און צוואנציג שעה אין שטאט.
דער רבי שליט"א נעמט אונטער דעם באזוך לכבוד א משפחה שמחה, די חתונה פון די כלה א טאכטער פון גיסו הגה"צ רבי משה מייזליש אבד"ק ליעזש ראדוואן וואס איז אן איידעם ביים חותן המלך הגה"צ אבד"ק אוהעל זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, די חתונה קומט פאר קומענדיגן וואך מיטוואך פ' כי תבוא וואו די רבי שליט"א וועט באשיינען די שמחה הרוממה.
די רבי שליט"א וועט אנקומען קיין לאנדאן מיטוואך אינדערפרי, און שוין צומארגנס דאנערשטאג אהיימפארן קיין מאנסי. גלייכצייטיג וועט דער רבי אויסנוצן די געלעגנהייט צו באזוכן ביים ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע ליידט די לעצטע תקופה פון א אנגייענדע חולשה, און אויך אויפנעמען די וויזניצער חסידים תושבי המקום מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג הבאים לקראתנו לשלום.
Comments