דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט התרגשות און געגועין של שמחה גרייטן זיך אלפי חסידי באבוב צו די געהויבענע ימי השמחה בחצר הקודש ווען דעם קומענדיגן דינסטאג פר' כי תצא וועט גיין אונטער די חופה החתן א אייניקל ביי כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א בן הבכור ביי בנו הרה''צ ר' דוד הלברשטאם שליט''א איידעם ביי הרה''צ ר' לייבוש הורוויץ שליט''א בנו יחידו פון כ"ק האדמו''ר מסטריזוב שליט''א און א איידעם ביי הרה''צ הישיש ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א מיט די כלה טאכטער פון הרה''ג ר' אלטר ברוך ווידער ר''מ בישיבת וויזניץ בן הגה''צ גאב''ד לינז וחתן הרה''צ ר' דוד רובין שליט"א מדאמבראווא.
די קייט פון די ימי השמחה וועט זיך שוין אנהייבן דעם שבת שופטים ביים שבת באווארפן בחצר הקודש בהשתתפות פון טויזנטער חסידים. ערב שבת וועט די רב שליט''א אנטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן, שבת צופרי נאכן דאווענען וועט פארקומען די קידושא רבא אינאיינעם מיט'ן קידוש לרגל די געבורט פון א אייניקל ביים רב שליט"א, בת הנולדה ביי בנו הרה''צ ר' אברהם יהושע העשיל הלברשטאם שליט''א. דינסטאג דערויף וועט געפראוועט ווערן די געהויבענע חתונה בקול רנה ותודה והמון חוגג אין ביהמ''ד הגדול באבוב אין בארא פארק, נאך די חתונה וועט נאכפאלגן די ימי השמחה אין די שבעת ימי המשתה.
מיט א עקסטערע באדייט קוקן חסדי באבוב ארויס צום געהויבענעם שבע ברכות פר' כי תצא ווען עס געפאלט אויך אויס די יארצייט פון הרבנית מבאבוב ע"ה אמה של מלכות ואשת חבר פון הרה''ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זי''ע ווי טויזנטער חסידים און הונדערטער געסט וועלן פראווען דעם שבת של שמחה בצל הקודש און זיך דעווארעמען ביי די תפילות וואס די רב שליט''א וועט פארדאווענען פארן עמוד לכבוד די יארצייט בו ביום.
Comments