top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפה נחוצה בבית האד' מסאטמאר מיט גדולי ראשי הישיבות אין בעפארברייטונג צו מעמד אדיר 'זעקת הגולה'

מיטוואך פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א פאקל פון קידוש שם שמים פלאקערט אין די הערצער פונעם יהדות הגולה מיט'ן שפאנען נענטער צו די היסטארישע געמיינזאמע עצרת אדירה "זעקת הגולה", וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אין א גיגאנטישע שטח ענקי בחוצות ניו דזשורזי, וואו שווערע רבבות אלפי ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלן מעתיר זיין בתפלה ותחנונים לביטול גזירת הגיוס וואס שוועבט אויף אחב"י תושבי ארה"ק.


דעם אנהויב וואך איז אפגעהאלטן געווארן א אסיפה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, מיט'ן השתתפות פון הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה סאוט פאלסבורג, און הגה"צ רבי יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר, וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן די פרטי הדברים איבער'ן געפלאנטן עצרת, און ס'איז צווישן אנדערן פארגעלייגט געווארן אז דער עצרת זאל אפגעהאלטן ווערן אין ניו דזשורזי, ביי א סטראטעגישן ווענדפונקט צווישן דעם חסיד'ישן אידנטום אין ניו יארק סיטי, און אפסטעיט ניו יארק, און די ליטווישע קרייזן אין לעיקוואד, צו קענען אנקומען פון איבעראל מקירוב מקום, און נישט דארפן פארן לאנגע שטרעקעס צום מעמד.


אין צוזאמענהאנג מיט'ן טויש אין פלאץ, איז וועט מען מעגליך אפשטופן דער מעמד וואס האט געזאלט פארקומען זונטאג נצבים וילך, אויף עטליכע טעג שפעטער, אריין אין די וואך, און ווי אויך איז שוין באשטעטיגט געווארן די גענויע צוגאנג פונעם עצרת, א אין צוגאב צום גרויסן עצרת תפלה וואס איז געווען באשטימט פון פאראויס, וועט מען אויך הערן דברי מחאה וזעקה.


עס וועט - ווי שוין באריכטעט אויפטרעטן דער וועלט בארימטער משפיע ומלהיב לבבות ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, וואס וועט קומען צו פארן צו אדרעסירן דעם עצרת, און באזונדער וועט ווערן איבערגעגעבן דער אפיציעלער מעסעדזש פאר די גוי'אישע פרעסע, אויף די ענגלישע שפראך, דורך הרה"ח ר' מנשה פרענקל, זון פונעם לעגענדארן עסקן און כלל-טוער הרה"ח ר' הערץ פרענקל ז"ל לאגיעריגער מנהל בית רחל דסאטמאר.


נאכן נושא ונותן זיין א לענגערע צייט מיט די ראשי הישיבות האט די רבי שליט"א ארויסבאגלייט דען משלחת כבוד לרחובה של עיר, ונפרדו לשלום.



Comentarios


bottom of page