top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביום המסוגל ט"ו באב: רירענדע מעמד 'הודאה ופקידת עקרות' במעונו פון מרן פוסק הדור שליט"א

דינסטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

 

א רירענדע מעמד 'הודאה ופקידת עקרות' איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג במעון הקודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', ארגאנעזירט דורך די וועלט בארימטע מפעל הצדקה 'קופת העיר'. ווי דער פוסק הדור האט מעתיר געווען בתפלה לזכותם פון הונדערטע פאר-פעלקער וועלכע ווארטן אויפגעראכטן צו ווערן מיט זרע של קיימא.


ביים מעמד האט זיך אויך באטייליגט הגאון המפורסם רבי צבי קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה וועלכע האט נישט לאנג צוריק זוכה געווען צו האלזן א קינד זייענדיג שוין העכער די שנות הגבורות, אין עלטער פון אכט און אכציג יאר בליעה"ר.


נעכטן אינעם גרויסן טאג פון חמשה עשר באב, זענען די הנהלה פון 'קופת העיר' אויפגענומען געווארן אין שטוב פון מרן פוסק הדור וועלכע האט בדמעות שליש מתפלל געווען למען חשוכי בנים און לזכותם פון די חשובע תורמים פון די 'קופת העיר' ארגענעזאציע.


צום שלוס פונעם מעמד, האט זיך דער ראש ישיבה הגאון רבי צבי קושלבסקי שליט"א אויפגעשטעלט אין א ריקוד של שמחה פארנט פונעם פוסק הדור, וועלכע האט אריינגענומען אלע אנוועזענדע אין א געהויבענע אטמאספערע מיט אמונה און בטחון אז מ'האט זיכער געפועלט אלס גוט'ס.




Comments


bottom of page