מיטוואך חיי שרה • י"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
א פריידיגע שטימונג האט זיך אראפגעלאזט אינעם עיר המעטירה קרית יואל מיט'ן אנקום פון די בשורה מרנינה איבער'ן ביקור הוד ומרומם דורך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וואס וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך פון בלויז עטליכע טעג אין שטאט.
מיט עטליכע חדשים צוריק בעפאר יו"ט שבועות קבלת התורה איז געווען געפלאנט אז דער סערדאהעלי רבי שליט"א וועט אפשטאטן א געהויבענע באזוך בק"ק קרית יואל יצ"ו אויפצוטרייבן שטיצע לטובת הישיבה, און דער ציבור תושבי קרית יואל תומכי ומחזיקי תורה זענען שוין געווען אין די טיפסטע שפאנונג צום רבי'נס באזוך. אבער צוליב א שטארקע שוואכקייט וואס האט באטראפן דעם רבי'ן שליט"א הארט בעפארן ארויסקומען קיין קרית יואל און דער רבי האט געדארפט זיין שפיטאל'יזירט פאר עטליכע טעג איז די באזוך צום סוף נישט צושטאנד געקומען. ב"ה תפלות ישראל עשה רושם, און נאך א שווערע דורכגאנג אינעם מצב הבריאות האט זיך די רבי שליט"א צוביסליך ערהוילט. און אצינד וועט דער רבי שליט"א ערשיינען אויף א קורצע באזוך אין שטאט.
דער רבי שליט"א נעמט אונטער דעם באזוך אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת ישיבתו הרמה סערדאהעלי, וואס דער רבי האט פאר עטליכע יאר צוריק געגרינדעט אין די שטאט בארא פארק, און איז אויסגעשטיגן אלס פנת יקרת, א פרעכטיגער לייכטטורעם פון וואו עס שטייגן אויס תלמידים מופלגים לשם ולתפארת, אונטער די געהויבענע און לעכטיגע השפעה פונעם רבי'ן שליט"א.
די ישיבה איז ביים סערדאהעלי רבי'ן שליט"א בבת עינו ומשאת נפשו הטהורה, און וועט זיך אצינד פערזענליך מטריח זיין בטירחא דגברא רבא אפצורייזן קיין קרית יואל און מאציל זיין מהודו ואור תורתו צווישן די תושבי העיר און פילע מעריצים, וועלכע קוקן שטארק ארויס דערויף.
דער רבי שליט"א וועט אנקומען אין שטאט קומענדיגע וואך זונטאג תולדות און זיך אויפהאלטן במשך'ן וואך אין שטאט, און וועט האבן די אכסניא של תורה אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין מגדולי תומכי המוסדות. דורכאויס דעם קורצן גייסטרייכן באזוך וועט דער רבי באשיינען א רייע מסיבות און באנקעטן, און ארויפגיין לבתי נדיבים בעם און דערביי געבן די זעלטענע זכי' צו שליסן א שותפות למלאות רצון צדיק צו פארגרינגערן דעם שווערן עול וואס ליגט אויפ'ן רבי'ן.
בריך מתייך לשלם
תגובות