top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שינויים יו"ט ראש השנה בחצה"ק בעלזא; טיש ליל התקדש החג אויפן באדן בחצר ביהמ"ד הגדול‎

דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין א דראמאטישע שריט איז געמאלדן געווארן בחצר הקודש בעלזא איבער דראסטישע שינויים אויף היי יאהר ראש השנה צוליב די ריבוי העם בליעה"ר, ערשטנס דער עריכת שולחן הטהור בליל התקדש החג וואס וועט דאס יאהר ערשטמאליג פארקומען אין א ריזן שאטער וואס ווערט אויפגעטשעלט אויפן גיגאנטישן חצר פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים.


שוין לענגערע וואכן וואס די עסקנים זענען מטכס עצה אויפצוקומען מיט א לעזונג צו קענען נאכקומען די וואוקס פונעם ציבור בלי עין הרע אין לינדערן די שרעקליכע מאנגל אין פלאץ וואס הערשט אינעם גרויסן שטוב, בפרט נאך וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט דעם פארלאפענעם יו"ט שבועות אז פילע חסידים האבן דורכאויס יו"ט נישט געקענט מיטהאלטן די שולחנות הטהורים צוליב די שרעקליכע געדערנג אינעם גרויסן שטוב, אין צוגאב צו די שטופעניש וואס האט צוגעברעגנט צו א מצב פון סכנת נפשות ממש, דעריבער האבן די עסקנים אויסגעארבעט א פלאן צו אפרעכטן דעם שולחן הטהור בליל התקדש חג אינעם ריזן חצר פארנט פונעם ביהמ"ד וואס וועט ווערן פולקאם איינגערישט צו קענען ארייננעמען אריבער 10,000 שטיי פלעצער צו אקאמאדירן די טויזנטער חסידים. אינעם צענטער פונעם שטח הענקי ווערט שוין אויפגעשטעלט א ריזן פלאטפארמע פארן רב שליט"א, ווי אויך ווערט אויפגעשטעלט א ספעציעלער דורכגאנג פונעם רב'ס שטוב ביז צום בימת הכבוד צו פארגרינגערן דעם וועג צוצוקומען צום סטעידזש.


לויטן פלאן וועט מען זיך נישט באנוצן מיט פארענטשעס, עס וועט אויפגעשטעלט ווערן בלויז א הויעכן בימת הכבוד, און דער חצר וועט איינגעטיילט ווערן מיט ספעציעלע דעזיגנירטע אפטיילונגען מיט פלעצער פאר זקני חשובי העדה, בעלי בתים, אינגעלייט, בחורים און קינדער, איש על מחנהו ואיש על דגלו, מיטן העכסטן מאס ארדענונג כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן ראויג און באקוועם.


אויך וועט מען היי יאהר איינטיילן די סדר פון אדורכגיין אויף לשנה טובה, די ערשטע נאכט יו"ט וועלן דורכגיין בלויז די חסידים פון פערציג יאהר און ארויף, די צווייטע נאכט יו"ט וועלן דורכגיין די אינגעלייט ביז פערציג יאהר, די דריטע נאכט ליל שבת וועלן דורכגיין די טויזנטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות.

Comments


bottom of page