זונטאג פ' האזיני • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
פארלאפענעם ליל ששי איז פארגעקומען אין בני ברק א פראכטפולער דינער לטובת דעם בארימטן "קרן עולם התורה" וואס איז נתייסד געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות פון ארץ ישראל, מחזק צו זיין דעם עולם התורה והישיבות וועלכע שטייען אויס רדיפות מצד די ציוניסטישע ממשלה וואס וויל ארויפצווינגען דעם ביטערן גזירת הגיוס אויף די בני ישיבות און עולם התורה אין אר"י היו לא תהי'.
אין די לעצטערע חדשים נאכדעם וואס די גדולי התורה והחסידות זענען ארויסגעפארן קיין אמעריקע און ענגלאנד צו שאפן די שווערע געלטער פאר'ן קרן עולם התורה, זענען די נגידים ותומכי התורה תושבי ארץ ישראל געקומען מיט א טענה פון 'למה נגרע' און זיי ווילן אויך האבן א חלק אינעם קיום פון עולם התורה בארצנו הקדושה, אויף דעם ארויף איז ווי געזאגט דעם ליל ששי פארגעקומען אן עלעגאנטע מסיבה פאררופן דורך הנגיד המפורסם ר' ישכר קנאלל אין זיין שטוב אין בני ברק, וואו עס זענען געלאדנט געווארן אן ענגע צאל נגידים פון אלע קרייזן, ליטווישע, חסיד'ישע, און ספרד'ישע צוגלייך, וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען כאיש אחד בלב אחד זיך צו שטיצן דעם קרן עולם התורה מיט סכומים אדירים.
דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות און א צאל גדולי ישראל פון אלע קרייזן וואס די באטייליגטע האבן געהאט די זכי' צו זיצן במחיצתם וליהנות מאור תורתם, הלא המה: הגאון ר' דב לנדאו שליט"א און הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבות סלאבודקא, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגאון ר' יעקב הילל שליט"א ר"י המקובלים אהבת שלום, הגאון ר' דוד כהן שליט"א ר"י חברון, המקובל ר' שמעון גלאי שליט"א און נאך.
די חשוב'ע נגידים זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורכ'ן בעל אכסניא הנגיד ר' ישכר און האבן זיך געזעצט צו די רייך געדעקטע טישן, צום ערשט האט דער בעל אכסניא אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה, דערנאך האט מען געהערט א ווארימע דרשה פון הרה"ג ר' לייבוש קרניאל שליט"א ראה"כ עיון בעלזא וועלכער האט ארומגערעדט בנחיצות הענין צו שטיצן דעם קרן, און דאן האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' ראובן וואלף הי"ו מראשי קרן עולם התורה וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקע צו באשיינען דעם מעמד, און ער האט איבערגעגעבן פאר די אנוועזענדע נגידים א באריכט פון די פעולות הקרן וואס האט שוין פארטיילט פאר די עולם הישיבות בארץ ישראל פאנטאסטישע סכומים.
דאן האט מען געהאט מיט א חרדת הקודש מקבל פנים געווען די גדולי ישראל וועלכע זענען אריינגעקומען צו באשיינען דעם מעמד, עס האט אויפגעטרעטן בקול חוצב להבות אש הגאון ר' דב לנדאו שליט"א וועלכער האט געשילדערט דעם שווערן מצב אין ארץ ישראל וואו די ציונים ווילן אונטערדריקן דעם עולם התורה מיט'ן גזירת הגיוס און זיי וויל נישט פארשטיין אז בלויז תורה מגינא ומצלא.
ביים שלוס איז פארגעקומען א רייכער פראגראם בשירה וזמרה באגלייט מיט כלי שיר, דערנאך האבן די גדולי ישראל פארטיילט פאר אלע משתתפים רמונים לכבוד ראש השנה און געוואונטשן יעדן בברכת השנים, בעפאר'ן פארלאזן דעם מעמד האבן די גדולים זיך געוואונטשן איינער פאר'ן אנדערן ברכת השנים ונפרדו לשלום.
Comentarios