top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי בארא פארק גרייטן זיך צו געהויבענער ימי השמחה אין שבת קודש בצ"ק פון האד' מתולדות אהרן

מיטוואך פ' לך לך • י' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


דאס חרדישע אידנטום אין ניו יארק אין איז איינגעהילט אין התרגשות זיך גרייטנדיג צום גייסטרייכן באזוך פונעם רבן ומנהיגן של ישראל, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט אנצוקומען אויף א באזוך אין ניו יארק, גלייכצייטיג גרייט מען זיך בהכנה דרבה צו די גרויסארטיגע שמחת החתונה ביים אייניקל פון רבי'ן שליט"א וואס וועט געפראוועט ווערן די קומענדיגע וואך פר' וירא אין שטאט בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט דער געהויבענער שבת של שמחה די שבת שבע ברכות בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א אין שטאט בארא פארק.

עס וועט גיין אונטער די חופה הכלה טאכטער פון רבי'נס זוהן הגה"צ רבי ישעי' קאהן שליט"א אב''ד תולדות אהרן בארא פארק, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' יקותיאל יהודה הורוויץ שליט"א דומ"ץ מכון להוראה מאנסי בן הגה"צ אב"ד זאלישא שליט"א וחתן הרה"צ אב"ד בערמעטה שליט"א.

די רבי שליט''א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו האלטן די נסיעה גאר קורץ נישט וועלנדיג איבערלאזן די חסידים אין ארץ ישראל בעת צר. די רבי וועט ארויספארן פון ארץ ישראל מוצאי שבת, אין באלד נאך די שבעת ימי המשתה צוריק פארן קיין ארץ הקודש.

דורכאויס די וואך וועט זיך די רבי שליט''א אויפהאלטן אין שטאט בארא פארק די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו, וואס וועט פאארוואנדלט ווערן אלס בית ועד לחכמים, וואו פילע אידן וועלן ארויפקומען לעצה ולישועה ולברכה.


די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן מאנטאג וירא אין די גרויסע זאלן פון די בעלזער תלמוד תורה אין בארא פארק, ברוב פאר והדר, אין די נאכפאלגענדע שבת פ' וירא וועט די רבי פראווען אין די זאלן פון עטרת גאלדא. טויזנטער חסידים ואנשי מעשה תושבי בארא פארק וועלן מיטהאלטן סיי די געהויבענער שמחת בית צדיקים אין אזוי אויך די תפליות אין די לעכטיגע טישן ביי די שבת של שמחה בצילא דהימניתא עילאה.

דעם מוצאי שבת נאך הבדלה וועט די רבי שליט''א משמיע זיין דברי פרידה פאר קהל חסידיו איידערן זיך ארויסלאזן אויף די מסע הקודש אין דערנאך וועט מען דורכגיין זיך געזעגענען פונעם רבי'ן שליט''א.

Comentários


bottom of page