top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שווערע מיליאנען געשאפן דורך נגידי סאטמאר-מאנסי ביי רייכע "מגדל" באנקעט פאר'ן בנין הת"ת החדש דסאטמאר-מאנסי

עודכן: 8 באפר׳

דינסטאג פ' צו • י' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א רייכע מסיבה איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם וואך פאר א צאל קרואי מועד אנשי שם, נגידי ונדיבי סאטמאר מאנסי, די בונים פונעם בנין התלמוד תורה האדיר והחדש סאטמאר אין שטאט מאנסי וועלכע האבן זיך צונויפגענומען תחת קורת גג אחד אוועקצושטעלן א קרן בסיס פאר די ווייטערדיגע פארשריט אין די מלאכת הבניה צו קענען פארענדיגן דעם בנין במלוא הדרו.


די גייסטרייכע באנקעט אונטער די נאמען 'מגדל' איז פאררופן געווארן דורכ'ן ראש הקהל און לעגענאדערער בונה ומקים פאר העכער א יובל יארן הנגיד החסיד הישיש ר' הערש אלימלך ווערצבערגער שליט"א וואס דער בנין התלמוד תורה האדיר איז נקנה געווארן בשמו אלס "בנין ווערצבערגער" לכבודו הרמה והנכבדה. די מסיבה און איז פארגעקומען אינעם סטרוקטור בתוככי הבנין ההולך ונבנה וואס איז ערשטמאליג געווען אין באנוץ שטייענדיג אין די סאמע לעצטע פאזעס פון פארענדיגט ווערן, ווען עס איז דערביי געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די נדיבי עם קודש צו כאפן א בליק אויף די בנין וואס ווערט אויפגעבויט מיטן פולסטן פראכט.


אלס יושב ראש האט געדינט דער בארימטער מגיד און פה מפיק מרגליות ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש וועלכע האט בנועם מתיקות לשונו, אנגעפירט די מעמד מבואו ועד צאתו, ביים מעמד איז געהערט געווארן דרשות פון דער מארח הנגיד רבי הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו און פון די געטרייע עסקני הבנין.


די מסיבה איז געווארן באשיינט מיט די פערזענליכע השתתפות פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט פיל ברכות פאר די חשובע נגידים, צום שלוס זענען אלע משתתפים דורך כבני מרון ביים רב שליט"א מיט די שטרי התחייבות און האבן לאות הוקרה והערכה ערהאלטן א ספעציעלע מזכרת. די מסיבה איז באקרוינט געווארן מיט אומגלויבליכע הצלחה ווי עס איז אויפן פלאץ געשאפן געווארן די אסטראנאמישע סומע פון קרוב צו 10 מיליאן דאלער, גומר צו זיין די בוי ארבעט פון דעם מעכטיגן פראיעקט, מיטן האפענונג אז דער בנין אדיר זאל שוין זיין פולקאם גרייט כלול בהדרו בקרוב הימים.
































Comentários


bottom of page