מיטוואך פ' משפטים • כ"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל איז מתפלל און טוען מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון איינער פון די חשובע ראשי הישיבות הגאון ר' יוסף זאב פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עמלה של תורה אין ביתר וואס געפונט זיך אין שפיטאל אין א שווערן געזונט צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
דער ראש הישיבה שליט"א איז מיט עטליכע חדשים צוריק ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י, נאך א רונדע באהאנדלונגען האט אויסגעזעהן אז דער מצב גייט צום בעסערונג, אבער ליידער איז אין די טעג אנטשטאנען א דראסטישע פארערגערונג אין זיין מצב, היינט בשעתן סדר לימוד בהיכל ישיבתו עמלה של תורה האט מען מפסיק געוועהן די לימודים, אויף א מנין תהילים במעמד רבנן ותלמידיהון וואו מען האט איינגעריסן וועלטן לקיים בנו חכמי ישראל פארן בריאות השלימות פונעם באליבטן ראש הישיבה עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים. דער נאמען צו מתפלל זיין איז הרב יוסף זאב בן שפרה בתוך שאר חולי ישראל.
Commenti