top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קווינס • הערליכע מעמד חנוכת הבית פאר נייעם תלמוד תורה פאר ילדי עדת בוכארא אין שפיץ פון האד' מקאלוב

מיטוואך פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


די שטאט קווינס האט מיטגעלעבט דעם זונטאג גאר היסטארישע און התרגשות'דיגע מאמענטן, ביים גרויסארטיגן מעמד חנוכת הבית פאר די 'חדר משה רעיא מהימנא' לילדי עדת בוכארא על טהרת הקודש, ספעציעל פאר עלטערן וואס זיכן א חינוך אויפן אויסגעטרויטענעם דרך אויף זייער מסורה, אן קיין שום שינוי.

ווי באקאנט האבן די בוכארישע אידנטום ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקא נאכן צוזאמפאל פון די סאוויעט יוניאן און די נ' יארן. ליידער האט די קאמיניסטישע רעגירונג במשך די 70 יאר פון זייער פארשאלטענעם ראסיזים אויסגעריסן יעדן זיק של קדושה און חרוב געמאכט מיליאנען אידישע נשמות. און פשוט ארויסגעריסן דעם אמונה און מסורה מדור לדור. ארויס וואנדערענדיג קיין אמעריקע האבן זיי רובן ככולן ליידער געשיקט זייערע קינדער אין פובליק סקול.

די לעצטע פאר יאר נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א האט אויפגעהויבען א קול מעורר אז עס דארף ווערן געטוהן גרעסערע פעולות להצלת יהדות בוכארא און קווינס, איז אוועקגעשטעלט געווערן די חשובע אירגון "דורות" וועלכע דינט ווי א שירעם ארגענזאציע פאר פולע פריעקטן להצלת יהדות בוכארא, צווישן זיי מפעל 'חברותא' פאר בעלי בתים, איבערבויען ארטיגע מוסדות התורה צו האבן פלאץ צו אקאמאדירן די בוכארישע יודן, נאך שולע פראגראמען ועוד ועוד, און האבען שוין ב"ה אויפגעטוהן גדולות ונצורות פאר דעם צוועק.

מיט פיר יאר צוריק נאכדעם וואס מען האט זיך דערזען מיט א גרויסע פראבלעם אז די גאר ערליכע בוכארישע בני תורה אידען האבן נישט קיין אייגענע מוסד און שטאט, וואס איז געווען א גרויסע שטער צו בויען א ריכטיגע עתיד על דרך התורה והיראה כפי המסורה, האט מען געלייגט די ערשטע קערענדליך פאר א נייע תלמוד תורה וואס וועט זיין אויפן העכסטן סטאנדארט על טהרת הקודש לויטן בוכארישע מסורה.

דאס האט געמאכט א געוואלדיגע שטורעם און גאנץ קווינס, בליץ שנעל האבן מער און מער עלטערן זיך געבעטן אריין צונעמען זייער קינדער. און פון יאר צו יאר האט זיך די מוסד פשוט געדאפעלט און געטריפעלט. שטייענדיג קארגע פיר יאר פונעם התייסדות המוסדות באשטייט די תלמוד תורה היינט צו טאג פון קרוב צו 100 קינדערלעך בלי עין הרע.

מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא איז אונטערגעקומען א מציאה רבה, א יונייטעד נעשאן בנין וואס האט געדינט יארן פאר א פריוואטע שולע פאר קינדער פון דיפלאמאטן, עס פארמאגט צענדליגע ריזיגע קלאס רומס. א גרויסע שפיל הויף, מיט הערליכע גראונדס, אין אלע באדערפענישן פאר א תלמוד תורה, נישט קוקענדיג פון ווי מען וועט נעמען די קרוב צו 7 מיליאן דאללאר איז מען אריינגעשפרינגען און געגעבן א ריזיגן דאון פעינמענט. און מיט געוואלדיגע סייעתא דשמיא האט מען געקלויזט אויף דעם בנין, וואס איז תיכף צוגעגרייט און צוגערישט געווארן פאר די קינדער.

דעם זונטאג איז פארגעקומען דעם לאנג ערווארטעטן מעמד חנוכת הבית ווי אלע עלטערן אין צענדליגע רבנים וראשי ישיבת, גוטע פריינד און שטיצער זענען געלאדענט געווארן אנטייל צו נעמען ביי דים מעמד נהדר.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט די הארציגע ווערטער פון דעם יושב ראש דער באקאנטע מגיד מישרים הרה"ג ר' יצחק ביסריצקי שליט"א נשיא מקווה יו עיס עי . וואס איז גאר שטארק פארוויקלט אין אלע פעולות להצלת דורות בוכארא, ער האט אראפגעלייגט ווי אזוי אידישקייט אין אמעריקע האט אמאל אויס געזעהן, ווי די שענסטע און בעסטע האבן זיך אמערקאנעזירט און אלץ איז צוגרינד געגאנגען, ביז די גדולי הדור ווי הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל און הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל האבן מיט מסירת נפש צוריק געשטעלט אידישקייט, אנגעהויבן מיט אפשר אפאר קינדערלעך, און היינט קע"ה זענען דא צענדליגע טויזענטער אידן שומרי תורה ומצוות און טויזענטער לומדי תורה אדאנק די מסירות נפש.

דערנאך האט די מנהל המוסדות הרב ר' מאיר חיים גוטפריינד שליט"א וואס האט צוליבן זיצן שבעה נאך זיין ברודער ל"ע נישט געקענט פערזענליך באטייליגן ביים מעמד, האט ער גערעדט דורך א לייוו האק-אפ און אראפגעלייגט זיינע הרגשים שהגענו על הלום.


דערנאך האט מען געהערט קורצע דברי ברכה פון די בוכארישער הויפט רב הרב ר' יצחק ישראלי שליט"א.

דאן האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, בכבוד הראוי ובשירה ובזמרה האבן די קינדערלעך געזינגען ספציעלע ניגונים לכבוד המעמד, עס נישט געווען קיין טריקן אויג און זאל זעענדיג די לעכטיגע תשב"ר אנגעטוען בבגדי שבת מיט פאות מיט ציצית אינדרויסן וואס מיט בלויז 30-40 יאר צוריק האבן זיך זייערע זיידעס געמוטשעט מיט תורה ומצוות אונטער די קאמעניסטישע נעגל, וואס האבן אויסגעריסן יעדן זיק של יהדות. דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און מקבל געווען א געבענטשע מטבע מיד קדשו פונעם קאלובער רבי שליט"א.

דערנאך האט אויפגעטרויטן מיט קורצע ווערטער הרה"ג נפתלי ראזענבוים שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א מנהל אירגון "דורות" וועלכע איז ממשיך דעם קאלובער רבי'ס דרכים און שטייט און שפיץ פון אלע פעולות הקודש און קווינס להצלת יהדות בוכארא, וואס האט באטאנט וואו מען האט קיינמאל נישט אנגעזען די יסורים אויפן רבינס פנים אפי' פון ווען ער איז ל"ע נישט געזונט געווארן, איין איינציגע מאל וואס מיר האבן געזען צער איז געווען ווען א בחור'ל וואס איז געגאנגען אין פובליק סקול, איז געקומען נעמען א ברכה, און ווייל ער איז פיזיש נישט געווען בכח צו משפיע זיין אויף אים, און אים מקרב זיין לאבינו שבשמים, - דעמאלטס האט מען געזען די ערשטע מאל א שרעקליכע צער על צורת קדשו.

דערנאך האט דער יושב ראש אויסגערופן די דבר המעמד פונעם הויפט בעל שמחה הנגיד ר' ראובן יוספוב הי"ו וועלכע האט מיט מסירות נפש פארארבעט גרויסע כוחות אפצוקויפן דעם בנין. ר' ראובן האט מיט הארציגע ווערטער ארויס געברענגט זיינע געפילען פונעם היינטיגן טאג, און ארויס געברענגט אז באמת זענען די בוכארישע אידן זענען די גרינגסטע צו ארבעטן מיט, זיי זענען הונגעריג פאר רוחניות, ווייזט נאר דעם וועג אין מיר וועלן שוין נאכלויפן משכני אחריך ונרוצה. און ארויס געברענגט די סייעתא דשמיא פון ווען מען אנגעהויבן די חדר, און ב"ה יום יום וואקסט עס און בליעט שלא כדרך הטבע. דאס אלעס מיט די כח פון אחדות און צוזאמען ארבעט פון חסידישע עסקנים ורבנים, מיט די הורי התלמידים, און באדאנקט די מנהלי ועסקני המוסד, ובפרט די תומכים בעלי בתים פון וויליאמסבורג, וואס אדאנק זיי שטייט מען שוין ביי אזא מעמד הזורעים בדמעה ברינה יקצורו.

צום לעצט האט אויפגעטראטן דער חשובע גאסט פון ארצינו הקדושה הגאון רבי דוד יוסף שליט"א חבר מועצת חכמי התורה וועלכע האט ארויס געברענגט אז דער חדר ווערט אהער געשטעלט מיטן זעלבן שאיפה און מסורה ווי די פרומע מוסדות פון עדת הספרדים בארצינו הקדושה, מיט זעלבן תמימות און אמונה בה' ובתורתו.


צום שלוס פונעם מעמד האבן די רבנים געקלאפט די מזוזות אינעם תלמוד תורה געביידע.




















Comments


bottom of page