מיטוואך פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברגשי התעוררות וכיסופין האבן חסידי טשערנאביל אלוועלטליך אפגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטשערנאביל זצ"ל בעל צור צדיק, שטייענדיג גאנצע זעקס און דרייסיג יאר נאכן הסתלקות ביום י"ז חשון תשמ"ח.
בצל הקודש פון בנו הגדול ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, האבן זיך פארזאמלט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מיטצוהאלטן די יומא דהילולא קדישא, אנגעהויבן פון די תפילות פארן עמוד, די עריכת שולחן הטהור און סיום הש"ס, די עליה לציון, און די סיום ששה סדרי משנה ביומא דהילולא בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא.
נעכטן מיטוואך ביינאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אויף רחוב חבקוק אין בני ברק צו תפילת מעריב, דער רבי האט געצינדן די נשמה ליכט און געדאווענט מעריב פארן עמוד. דערנאך איז דער רבי ערשינען צום יארצייט טיש, און צוערשט געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די קדיש. דאן האט דער רבי געטרינקען לחיים און זיך געוואשן צום סעודה.
ביים טיש האבן זיך משתתף געווען די צוויי גרויסע איידימער פונעם בעל ההילולא, מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, וועלכע זענען ביידע מכובד געווארן זיך צו וואשן, און מען האט אריינגעברענגט די מאכלים גענוי ווי פארן טשערנאבילער רבי'ן שליט"א.
דער טשערנאבילער רבי האט מכבד געווען די שוואגערס האדמורי"ם פארצוזינגען ניגוני קודש, און אויפצוטרעטן מיט דברי תורה. דער וויזניצער רבי האט משמיע געווען לעכטיגע זכרונות בהלו נרו עלי ראשינו, מעשיות וואס ער האט בייגעוואוינט ביים שווער, און מאריך געווען בגודל מעלת וקדושתו פונעם שווער דער רבי זצ"ל. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און מכבד געווען דעם יונגסטן ברודער הגה"צ ר' יעקב מרדכי אב"ד טשערנאביל אלעד צו אויפטרעטן מיט ווערטער.
דערנאך האבן אלע רבי'ס געוואונטשן לחיים פארן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות לכבוד די יארצייט.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם עלטסטן שוואגער מרן אדמו"ר מויזניץ, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן לחיים ביים רבי'ן א לענגערע צייט. שפעטער איז מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אריין אויף א קורצע באזוך ביים שוואגער דער טשערנאבילער רבי שליט"א און ארומגעשמועסט שיינע זכרונות וסיפורי צדיקים.
היינט צופרי ביומא דהילולא קדישא איז דער רבי אריינגעקומען אויף תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול און געדאווענט פארן עמוד, אין די מיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויסגעפארן צום ציון הק' אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים און די בחורי הישיבות, און מתפלל געווען א לענגערע צייט, געזאגט תהלים די טשערנאבילער קאפיטלעך, געמאכט די הקפות כנהוג, און געליינט די קוויטלעך אוון עס געלייגט אויפן ציון.
פיר אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום בית המדרש אויף רחוב ראב"ד, בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, און געדאווענט תפילת מנחה פארן עמוד, נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, און דער רבי האט מסיים געווען ששה סדרי משנה.
Comentários