top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע באזוך פון האד' מפאפא אין מחנות הקיץ; 'חנוכת הבית' פאר נייעם ביהמ"ד 'בית יחיאל' אין מחנה קהילת יעקב

דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שמעון קאהן

 

דעם זונטאג אווענט איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה פאר די נייע ביהמ"ד היכל יחיאל אין מחנה הקיץ דקהילת יעקב פאפא אין סוואן לעיק, נדבת הנגיד החסיד ר' מיכל אבערלאנדער הי"ו מראשי קהילת פאפא, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער איז שוין געוועהן צוגאסט אויף שבת אין קעמפ צווישן די ילדי המחנה. די מעמד איז געווארן אנגעפירט דורכן פה מפיק מרגליות רבי אהרן ארי' אייזענבערג שליט"א פון שיכון סקווירא, וועלכער האט איינגעלייטעט די מסיבה בטוב טעם ודעת.


דערנאך האבן די הונדערטער ילדי המחנה מקבל פנים געווען דעם רבין שליט"א בשירה ובזמרה. עס האט דאן אויפגעטראטן מיט א דרשה הרה"ג מוה"ר דוד לייב פישער שליט"א מדייני קהילת פאפא, אן איידעם פון פונעם נדיב הרה"ח ר' יחיאל אבערלענדער שליט"א, און דערביי ארויסגעברענגט, וואו דער שווער דער ראש הקהל טוט נישט שפארן קיין געלט פאר יעדע דבר שבקדושה אין די קהילה, און ארויסגעברענגט די גרויסע מיה און פלאג וואס ער לייגט אריין אין די אלע פאפא מוסדות הקדושים ועל כולם דאס ניי ביהמ"ד וואס איז נקראת על שמו.


צום סוף האט מען געהערט די דברי אלוקים חיים פון רבי'ן שליט"א וואו די רבי האט משבח געוועהן דעם חשובן נדבן ר' מיכל און געוואונטשן די אלע עוסקים במלאכת הקודש. דערנאך איז מען געגאנגען קלאפן מזוזות ביי די טירן פון ביהמ"ד, וואו די רבי האט קובע געוועהן א מזוזה און דאן מכבד געוועהן דעם נדבן מיט בני משפחתו.


אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א געפארן צום מיידל קעמפ וואו מען האט געדאוונט מעריב אין ביהמ"ד פונעם קעמפ. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים, וואו די רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברי תורה וברכה.


נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט אור לשבעה עשר בתמוז, האט מען געדאווענט תפילת ערבית אין ביהמ"ד פון די מדריכים. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא פון די קדושי פאפא וועלכע זענען נהרג געווארן על קידוש השם ביי די צווייטע וועלט מלחמה, צווישן זיי די רעבעצין בזוו"ר פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע און די קינדער הי"ד. דער רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט פארשידענע שיינע ענינים אינאיינעם מיט הרה"ח מוה"ר יושע קלמן גאלדבערגער שליט"א פון די חשובע מרביצי התורה אין די מחנה.


מארגן מיטוואך וועט זיך דער רבי שליט"א צוריקערן אין די ישיבה גדולה אין קרית פאפא וואו דער רבי שליט"א וועט וויילן די איבעריגע וואכן פון די ימי הקיץ נאכדעם וואס די ילדי תשב"ר האבן זיך אנגעזאפט פון תורה ויראת שמים ביים גייטסרייכן באזוך פון רבין שליט"א.




Comments


bottom of page