top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מזה בן מזה • הגאון ר' אברהם אליהו וואזנער זצ"ל אבד"ק שבט הלוי בראכפעלד נפטר געווארן נאך לאנג פארצויגענעם מחלה ה"י

דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער איז יעצט פארשפרייט געווארן די שווערע בשורה, איבער די פטירה פון הגאון הצדיק חסידא ופרישא, ר' אברהם אליהו וואזנער זכר צדיק לברכה, אבד"ק שבט הלוי בראכפעלד בעל 'אבן הלוי' וועלכער איז יעצט נאכמיטאג נפטר געווארן אין עלטער פון 78 יאר.

דער רב זצ"ל איז געוועהן דער זעקסטע זוהן פונעם פוסק הדור הגאון האדיר בעל 'שבט הלוי' זכר צדיק לברכה און א איידעם ביים ריסקאווע הגה"צ רבי אברהם שלמה כץ זצ"ל. ער איז אלע יאהרן געוועהן סמוך על שולחנו זייענדיג פון די איינציגע קינדער וועלכע האבן געוואוינט אין בני ברק, ולא זזה ידו מתוך ידות, שטייענדיג צענדליגער יאהרן צו זיין רעכטע האנט ארויסצוהעלפן מיט זיין עבודת הקודש און הרבצת התורה מיט א זעלטענעם געטריישאפט און כיבוד אב. צענדליגער יאהרן האט ער געדינט אלס מגיד שיעור און משגיח אין די בארימטער ישיבת חכמי לובלין אין בני ברק, און נהנה געוועהן מיגיע כפיו אלס סופר סת"ם. מיט צוואנציג יאהר צוריק ווען זיין פאטער דער בעל 'שבט הלוי' האט מייסד געוועהן ק"ק שבט הלוי אין בראכפעלד האט ער ממנה געוועהן דעם רב זצ"ל אלס דער איש על העדה וואו ער האט משמש געוועהן ברבנות און משפיע געוועהן תורה וחסידות פאר די חברי הקהילה, ער פלעג אפט קומען צו פארן קיין בראכפעלד אויף שבתים און ימים טובים נישט וועלנדיג פארלאזן בני ברק וואו האט ווייטער געטריי באדינט זיין גרויסן פאטער.

די לעצטע פאר יאר האט ער זיך זייער געמוטשעט ל"ע מיט די פארקינסאנס מחלה ה"י, איבערהויפט אין די לעצטע פאר חדשים ווען ער איז געווען אין זייער א שווערע צושטאנד, ביז צו זיין פטירה לחיי העולם הבא.


ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות.




Comments


bottom of page