מיטוואך פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: באדיבות המצלם
גרויס זארג הערשט צווישן ברסלובער עסקנים אין אומאן נאך גאנצע צוויי חדשים וואס די אידישע געמיינדע אין אומאן - אוקראינע, ליידט פון עלעקטרעצירט פראבלעמען וואס ווערן ערגער און ערגער. די קריג וואס האט אויסגעבראכן אין אוקראינע ברענגט שווערע צוימונגען פאר די עלעקטרעריק סיסטעם אין אסַאך געגנטער איבער'ן לאנד, א יינגערעכנט די שטאט אומאן. די לעקטער פראבלעמען האבן צוגעברענגט אז די לאקאלע עלעקטריציטעט פירמע האט באגרעניצט די שעה'ן פון עלעקטעריק אין טאג, און אסאך זענען אין די לעצטע וואכן געווען געצווינגען צו נוצן גענעראטארס צו קענען געניסן פון לעקטער. אצינד, שטייענדיג שוין גאנץ נאנט צום הייליגן יום טוב ראש השנה ווען צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גארער וועלט קומען אן קיין אומאן , האבן די עסקנים מורא וואס וועט זיך ארויסלאזן מיט די לעקטער אין די טעג פון חודש תשרי, און בפרט אום ראש השנה און די טעג ארום. די ארטיגע אידישע קהילה שאצט פאר אז ווי עס זעהט אויס וועט ראש השנה זיין א שווערע קריזיס מיט די עלעקטרעצירט.
ווי די עסקנים געבן איבער קענען די בעקאפ גענעראטארס נישט געבן אן ענטפער פאר טויזנטער אידן, און זיכער נישט פאר אזא ציבור עצום, און בפרט ווען א גרויסער טייל פון די איצטיגע גענעראטאר'ס זענען פעלערהאפטיג און דארפן פארראכטן ווערן, ווען די איצטיגע גענעראטארס זענען קליין און קענען קוים נאכקומען די באדערפענישן פון דער אידישער קהילה דורכאויס די יאר.
די עסקנים ארבעטן אין די וואכן אינאיינעם מיט די ארטיגע שטאטישע אינסטאנצן כדי צו טרעפן א לעזונג אויף ראש השנה און מ'האפט אז די טעג פון ראש השנה וועט א דורכגיין בשלום מיט'ן אויבערשטנס הילף.
Comments