מיטוואך פ' האזינו א' • כ"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
קרדיט שוקי לרר בחדרי חרדים
הונדערטער חסידי מודזיץ האבן מיט התרגשות דקדושה מיטגעהאלטן די היסטארישע מעמד קידוש וחינוך בנין בית המדרש הגדול והחדש, די נייע פראכטפולע מרכז העולמי דחסידי מודזיץ אין צענטער פון שטאט בני ברק, וואס איז דעם מוצאי שבת קודש באנייעט געווארן בקדושה של מעלה ביי די ערשטע מעמד התפילה בין כותלי בית המדרש.
טראץ וואס די בוי ארבעט גייט נאך אן אין פולן שוואונג אהערצושטעלן דעם בנין ביהמ"ד הגדול בתכלית השלימות לשם ולתפארת, האבן די עסקנים צוגעיאגט די עבודת הבניה צו קענען כאטש אויף צייטווייליג דאווענען אינעם נייעם היכל דורכאויס די קומענדיגע ירח האיתנים, נאך וואס די געדרענג אין די אלטע ביהמ"ד איז ממש אומדערטרעגליך, איבערהויפט אין די ימים נוראים ווען אלע חסידים קומען פארן להסתופף בצל הקודש.
דורכאויס די לעצטע פאר וואכן האבן כלל חסידי מודזיץ זיך געגרייט בהכנה דרבה על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, געלערנט שיעורים אין הלכות קדושת בית הכנסת און הלכות תפילה, און מתפלל געווען צום בורא כל עולמים פאר די הצלחה פון די נייע ביהמ"ד.
מוצאי שב"ק זענען די חסידים זיך צוזאמגעקומען אויף א מעמד קידוש היכל בית המדרש, א סדר לימוד שעות רצופות, אן קיין שמועסן און דברים בטלים, וואו מ'האט מקדש געווען דעם נייעם היכל בלימוד התורה בהתמדה רבה.
נאכן סדר הלימוד האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, וועלכער האט אריינגעברענגט א היסטארישע ירושה ספר תורה מאבותיו הקדושים, און אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע התרגשות ווען מ'גייט אריין אינעם נייעם ביהמ"ד, און די געוואלדיגע תיקון והתחזקות וואס מ'דארף אוועקגעשטעלן למען קדושת בית המדרש און עבודת התפילה.
דערנאך האט מען געזינגען א ווארעמע ניגון, דער רבי האט קובע געווען די מזוזות ביים הויפט טויער, ווען פון זיינע אויגן רינט טרערן פון התרגשות, און דער רבי האט פארגעזאגט די ספעציעלע נוסח התנאי וואס מ'נעמט זיך אויס ביים מקדש זיין א בית המדרש, מ'זאל עס קענען נוצן פאר פארשידענע וויכטיגע אנגעלעגנהייטן ברוחניות ובגשמיות.
נאך די אמירת סליחות הראשונות ברוב עם הדרת מלך, איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך וואונטשן ביים רבי'ן א גוט געבענטשט יאר.
Comments