דאנערשטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
א פרייד און עקסטאז נעמט ארום די הונדערטער בחורי חמד פון די מתיבתא הקדושה באבוב-45 אויפנעמענדיג די בשורה מרנינה איבער א מעמד נהדר ומפואר "הנחת אבן הפנה" דעם קומענדיגן זונטאג כי תבוא, צום נייעם בנין האדיר והחדש פון די מתיבתא הקדושה אין שטאט בארא פארק.
דער מעמד וועט פארקומען מיט די באטייליגונג פון כל הקהל הקודש עדת חסידי באבוב 45 און ספעציעל די הויפט מחותנים, די בחורי חמד, וועלכע וועלן זוכה זיין מיטצולעבן די הייליגע היסטארישע מאמענטן ווען דער ריש מתיבתא רבתי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט לייגן דעם גרונדשטיין פאר'ן מבצר החדש, קידשה לשעתה וקידשה לעתיד.
די אויגן פון עדת חסידי באבוב-45 זענען געוואנדן צום אומגלויבליכן שנעלן בוי-גאלאפ ביים בנין המתיבתא, וואס בויט זיך מיט בליציגע שנעלקייט אויפ'ן גיגאנטישן שטח הבני' אויף די 15'טע עוועניו צווישן 37'סטע און 38'סטע גאס, מיט א קארגע צוויי חדשים צוריק זענען די ערשטע טראקטארן אנגעקומען צום ארט און מ'האלט שוין יעצט נאכ'ן גיסן די פונדאמענטן צום בנין וואס וועט זיין אין מאסיווע גרויסקייט פון 12 טויזנט סקווער פיס, אלע שטאקן אינאיינעם.
דער מעמד זונטאג נאכמיטאג וועט פארקומען על פני שטח הבני' תחת כיפת הרקיע, וואו עס וועלן זיך משתתף זיין פילע חסידים און די הונדערטער תלמידי המתיבתא, און ווי אויך די עסקנים און נדיבים בעם וואס העלפן ארויס פינאנצירן דעם מולטי מיליאן דאלארדיגן פראיעקט.
גדול יהיה כבוד המעמד הזה
Comments