דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: JDN
מיט'ן העכסטן מאס כבודה של מלכות איז היינט אפגעהאלטן געווארן אן עהרנפולע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר די סאמע העכסטע פירער אין די אמעריקאנע געזעץ הייזער, דער סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער, און דער קאנגרעס מינאריטעט פירער העקעם דזשעפעריס, וועלכע זענען געקומען זוכן שטיצע פון ק"ק סקווירא מיט אירע טויזנטער שטים-בארעכטיגטע וויילער ביי די בעפארשטייענדע וואלן קומענדיגע וואך.
ביים אנקומען אין שיכון סקווירא איז די פאליטישע דעלעגאציע בכבוד'דיג אויפגענומען געווארן דורך די ראשי הקהלה און אישי הציבור אין חצר הקודש סקווירא, וועלכע האבן ארומגעפירט די באאמטע אויף א לענגערע באזוך אינעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, און דערנאך איז מען אריבער אויף א באזוך בקודש פנימה ביים סקווערער רבי'ן שליט"א.
דורכאויס דעם באזוך האט מען דיסקוסירט א רייע קריטישע טעמעס וואס ליגט אויפ'ן טיש ביים יהדות החרדית, און ספעציפיש האט מען פארגעלייגט די לעבנסוויכטיגע געברויכן פאר די תושבי השיכון און צו קענען ווייטער פאראויסגיין מיט'ן שנעלן בלי און וואוקס, וואס די הויכראנגיגע פיגורן האבן הייס פארשפראכן צו טאן וואס אימער צו העלפן די געמיינדע און זיין בייהילפפיג מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס פאר זייער וואוילזיין.
עס האט אויפגעטרעטן מיט אן ענגלישע רעדע בנש"ק הרב זושא נאוואסעלער, מחשובי חסידי סקווירא אין לעיקוואד, באגריסנדיג די חשוב'ע געסט, און דערנאך האט דער סענאט פירער שומער געוואונטשן דעם רבי'ן לרגל זיין יום הבהיר דעם היינטיגן מאנטאג נח, כ"ו תשרי, מיט א ברכה אויף לשון הקודש, פאר'ן רבי'נס אריכות ימים ושנים טובים. דערביי האט זיך אנטוויקלט א שיינע שמועס איבער דעם סענאטאר'ס חסיד'ישן אפשטאם, פון טשארטקובער חסידים פון דער אלטער היים, און דער רבי האט דערנאך ווארעם געוואונטשן פאר די הצלחה פון זייער קאמפיין און מזל און ברכה אין אלע זייערע פעולות.
פון דארט איז די דעלעגאציע אריבער געפארן קיין מאנסי, אויף א אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. וואו עס האבן זיך אויך אנגעזעהן א צאל לאקאלע עסקנים און פאליטיקאנטן, צווישן זיי העסקן ר' אלי' פינקאסאוויטש מעיאר פון כתר ווילעדזש אין שיכון וויזשניץ מאנסי.דער רבי האט אויפגענימען די דעלעגאציע מיט גרויס עהרע. עס איז ארויפגעברענגט געווארן די נושא איבער די בעפארשטייענדע וואלן קומענדיגע וואך און דער רבי האט זיך אינטערסירט אין וואס זיי קענען זיין בייהילפיג אינעם גזירת החינוך און עס איז ארויפגעברענגט געווארן פארשידענע מהלכים אפצושלאגן די גזירה.
Comments