top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צריך שיחלה עליו: עצרת תפלה לרפאות האד' מצאנז ב"פ וועלכע גייט מארגן אריבער קמפליצירטע אפעראציע

דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אידן איבער די וועלט ווערן גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק וועלכע וועט מארגן מיטוואך פארמיטאג דורכגיין א גאר קאמפליצירטע אפעראציע און נויטיגט זיך אין תפילות ישראל.


די רבי שליט"א וועלכע פלאגט זיך שוין א לענגערע תקופה זינט מען האט ביי איהם אנדעקט די ביטערע מחלה ל"ע מיט עטליכע חדשים צוריק, און אצינד האבן די דאקטוירים געראטן צו לאזן אפערירן דעם רבי'ן שליט"א וואס וועט האפענטליך ברענגען די ישועה אז די רבי זאל קענען צוריק קומען צו די כוחות מיט א בריאות השלימות.


אן עצרת תפילה איז באשטימט געווארן אויף מארגן 9:45 אינדערפרי אין צאנזער ביהמ"ד אויף די פיר און פערציגסטע גאס אין בארא פארק, וואו מען וועט זיך צוזאמקומען בשעת די פראצעדור, צו איינרייסן בתפלה ותחנונים לרפאותו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן ברוך בן מלכה בתוך שאר חולי ישראל.



Comments


bottom of page