זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
נאכדעם וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט פארלאפענע וואך דורכגעפירט א געזעץ אז די אפגעזונדערטע כשר'ע טעלעפאן סיסטעם אין ארץ ישראל קען ווייטער פונקציאנירן ווי ביז היינט, איז דער קאמיוניקאציע מיניסטער שלמה קרעי היינט אנגעקומען צום לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין באגלייטונג פון חבר הכנסת הרב יצחק גאלדקנאפף הי"ו.
דער רבי האט זיך באדאנקט פארן קאמיוניקאציע מיניסטער אויף זיין דרייסקייט דורכצופירן דעם געזעץ אין די צייט וואס דער געוועזענער מיניסטער האט דאס געוואלט אויסרייסן. דערביי האט אים דער רבי געשאנקן א פלאש וויין און געוואונטשן ברכות קדשו לרוב.
ווי ברייט באקאנט האט דער געוועזענער מיניסטער הענדל אונטערגעשריבן א געזעץ צו אנולירן די ביז יעצטיגע כשר'ע טעלעפאנען, וועלכע האט בשעתו אויפגעברענגט גרויס אויפברויז ביים היימישן ציבור וועלכע ווילן זיך פירן ערליך און אפגעהיטן פון אומאויסגעהאלטענע טעכנעלאגיע. אצינד, האט דער נייע מיניסטער דורגעפירט א געזעץ אז די כשר'ע סיסטעם זאל ווייטער קענען פינקציאנירן און אזוי אויך אז די 'וועד הרבנים לעניני תקשורת' זאל האבן די רעכטן צו פארפיגן אויף די קאמיוניקאציע סיסטעם און זיכער מאכן אז ערליכע אידן קענען נאר הערן און צוקומען צו אויסגעהאלטענע מקומות.
תגובות