top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויחן שם ישראל: היסטארישע "זעקת הגולה" וועט אפגעהאלטן ווערן בחוצות "נוארק - ניו דזשורזי"

מיטוואך פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

כֻּלָּם נִקְבְּצוּ בָאוּ לָךְ! נאך לאנגע וואכן פון אימערמידליכע אינטערווענצן צו אפירטרעפן די פאסיגע לאקאל וואס איז ווירקליך געאייגנט אפצורעכטן די מעמד אדיר 'זעקת הגולה', נאך לאנגע שעות געשפאנטקייט בקרב יהדות הגולה וועלכע גרייטן זיך מיט שטורמישע הרגשים צו מיטלעבן די היסטארישע איבערלעבענישן און קוקן ארויס צו הערן די ענדגילטיגע דעטאלן ארום די גראַנדיעזע עצרת גדולה האט מען אין די פארלאפענע מינוטן ברוב סייעתא דשמיא באוויזן צו שרייבן קאנטראקט אויפ'ן ענדגילטיגער שטח הכביר פאר'ן היסטארישן עצרת מחאה ויום תפלה רבתי זעקת הגולה במעמד רבוא רבבות בני יהדות הגולה בראשות כל גדולי ומאורי הדור שליט"א דעם קומענדיגן זונטאג פר' נצבים-וילך אויפ'ן גיגאנטישער בראוד סקווער שטח אין נוארק ניו דזשערסי.


דער ארט איז סטראטעגיש סטאנציאנירט אונטער א שעה פון אלע היימישע מקומות, א ריזיגער גיגאנטישער שטח אינאיינעם מיט די דערנעבנדיגע זעקס-לינע שאסיי וואס ווערט ווערן אפגעשלאסן סטאנציאנירט נעבן שטארק-פארנומענע פארקער פון עטליכע סטאדיומס און וויכטיגע סטראטעגישע בנינים און הייוועיס, פונקט-געאייגנט אפצורעכטן דעם איבערלעבעניש להרעיש תבל ומלואה קעגן די ביטערע גזירת גיוס און די רדיפת הדת בארה"ק פארנט פון די וועלטס-פרעסע וואס וועלן האבן דעזיגנירטע ערטער ביים מעמד. אצינד ארבעטן די עסקנים רונדע דעם זייגער אויסצוארבעטן די קריטישע לאגיסטישע דעטאלן און סדר המעמד!


אין אנדערע נייעס איז היינט ערשינען א פאראייניגטע קול קורא ווי די עיני העדה גדולי ומאורי ישראל שליט"א שליסן זיך אן באש להבה און רופן דאס גאנצער אמעריקאנער אידנטום זיך צו באטייליגן ביים מעמד זעקת הגולה.


אינעם קול קורא אונטער די קעפיל 'קראו עצרה' ווערט ארויסגעברענגט די שוידערליכע דערקייקלונג פון די פאקטישע גזירות כליה 'ימים קשים לישראל, כאשר בעוונותינו הרבים רשעי עמינו בארץ הקודש קראו עלי מועד לשבור בחורי, וגזרו אומר להפקיר בחורי ישראל ואברכים, ולהכריח אותם לשרת בצבא שלהם, המהרסת דת תורתינו הק' על יסודה, ורצונם לעקור שור לבטל ישיבות הקדושות בארץ הקודש' זיי רופן אויס די חובת השעה: חובתינו ליקח אומנות אבותינו בידינו להתקבץ בהמונינו ברחובות עיר להתריע ולהשמיע קול מחאה וצעקה ולהקהל לעצרת תפלה רבתי עם לקרוא אל ה' בחזקה והן קל כביר לא ימאס בתפילת רבים להעביר את רוע הגזירה.


כינוס רבוא רבבות בני יהדות הגולה להעביר רוע הגזירה!



Comments


bottom of page