top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשת חבר: הרבנית משאץ ירושלים מרת טובא מאשקאוויטש ע"ה נפטר געווארן אין עלטער פון 85 יאהר

זונטאג פ' פנחס • ט"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענימען געווארן די בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת טובא מאשקאוויטש ע"ה אשת חבר יבלחט"א כ"ק אדמו"ר משאץ ירושלים שליט"א וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון פינעף און אכציג יאהר. די לוי' גייט ארויס היינט בשעה 9:00 אויפדערנאכט פון בית הלוויות סנהדריה אין ירושלים דורך בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא אין ירושלים אויפן וועג צו הר המנוחות ווי די רעבעצען וועט קומען לקבורה.


די רעבעצין ע"ה איז געבוירן הארט בעפאר די אויסברוך פונעם קריג אין שטאט אנטווערפן צו איר פאטער הגה"ח ר' אפרים רובין הי"ד וואס איז געוועהן פון די חשובע יושבים אין בעלזא אינדערהיים אין האט געדינט אלס ראש ישיבת בעלזא אין אנטווערפן וואו ער איז געשטעלט געווארן דורך הרה"ק מבעלזא זי"ע, ר' אפרים איז געווען א איידעם ביי הרה"צ רבי שרגא פייבל זק זצ"ל מהיבנוב א מחותן פונעם בעלזא רב זי"ע, און האט אליין געצויגן א שיינעם ייחוס צו צדיקי בית בעלזא, ראפשיץ און נאך.


די נפטרת איז געווען אן אוד מוצל מאש, צוזאמען מיט איר מאמע האט זי דורכגעמאכט די קריג און זוכה געווען אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מיט איר גרויסן מאן להבחל"ח הרה"צ רבי יעקב יצחק מאשקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ ירושלים, מזקני הרבנים ומהיושבים ראשונה במלכות בחצר הקודש בעלזא, דער רבי איז א זון פון הרה"ק ר' יואל מאסקאוויטש משאץ - מאנטריאל זצ"ל, נכד הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע ולמעלה בקודש.


די רעבעצין איז געווען באקאנט מיט איר מעשי צדקה וחסד, און א מדקדקת במצוות קלה כבחמורה, די האט מעמיד געוועהן פילע תלמידות בנות ישראל הכשרות לשם ולתפארת דינענדיג אלס א מחנכת לאנגע יאהרן, די רעבעצען לאזט איבער נאך זיך איר בן יחיד הרה"צ רבי אפרים צבי מאשקאוויטש שליט"א פון בית שמש איידעם פון הרה"ג ר' דוד נחמן רוטנער שליט"א, זון פון הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל, און פילע אייניקלעך וועלכע זענען ממשיך די שלשלת הקודש.



Comentarios


bottom of page