top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספעציעלער "מושב בי"ד" דורך חברי הביד"צ העדה החרדית באהאנדלט "בדיקת החלפים", "כשרות האתרוגים" און "שחיטה המהודרת"‎‎

דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

 

ווי יאָָר יערליך איז אויך די לעצטע וואָָך אפגעהאלטן געווארן דער ספעציעלער "מושב בית דין" אין ליכט פון די הייליגע טעג און די ימי חג הסוכות הבעל"ט, אינעם לשכת הביד"צ אין ירושלים, מיט די באַַטייליגונג פון אַַלע חברי הבד"צ שליט"א ובראשם דער פּוסק הדור בעל תשובות והנהגות שליט"א, וואו עס איז אַַרויף געקומען על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן, פאַַרשידענאַַרטיגע נושאיםוואָָס זענען איצט על הפרק ביים יהדות החרדית.


כנהוג האבן די חברי הבית דין צדק בודק געוועהן, די "שחיטה מעסערס" פון אַַלע שוחטים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית", סיי פון די שוחטים אַַ גאַַנץ יאָָר און בפרט אום ערב יום הקדוש וועלכע שעכטן ביים מנהג הכפרות, וואו די רבנים האָָבן אַַ לענגערע צייט איבערגעקוקט די חלפים פון פגימות. מה נאה ומה נהדר היה המראה, ווען די שרי התורה די רבנים הגאוה"צ זענען געזעצן אַַרום דעם טיש, אינעם אָָרט וואו עס ווערט מקויים דער "אלוקים ניצב בעדת קל" אינעם לשכת הביד"צ און האָָבן באַַהאַַנדלט אַַלע ענינים העומדים על הפרק און פאַַרשידענע הלכה'דיגע שאלות, וואָָס איז אַַרויפגעקומען אויפן טיש אין לויף פונעם זיצונג.


אַַזוי אויך איז באַַזונדער באַַהאַַנדלט געוואָָרן די "שחיטה המהודרת" פון די העדה החרדית. ביים ענדע פון די פילע באַַהאַַנדלונגען און בירורים, זענען די חברי הבד"צ שליט"א ובראשם מרן פוסק הדור שליט"א אַַרויסגעקומען מיט אַַ קריאת קודש צום ציבור יראי ה', מיט פאַַרשידענע וויכטיגע הוראות בעת'ן קויפן די אתרוגים, און איבערן גרויסן אחריות און זהירות, צו קויפן בלויז פון די סוחרים, וועלכע האָָבן דעם הכשר פונעם "וועד הכשרות שע"י העדה החרדית". אינעם בריוו, ווערט אויך קלאָָר געמאַַכט אַַז יעדער איז מחוייב איבערצוקוקן דעם כשרות פון די אתרוגים, און דער הכשר פון דעם בית דין, איז בלויז אויף די הלכה'דיגע שאלות ווי ערלה און שביעית. נאָָך אַַ לענגערע צייט האָָבן זיך די חברי הבד"צ שליט"א געוואונטשן אַַ ברכת חג וכתיבה וחתימה טובה, ווען די שרי התורה שליט"א זענען דאַַן אַַדורך יעדער באַַזונדער ביים ירושלימער רב שליט"א וועלכער האָָט יעדן געוואונטשן במאור פּניו הק' מיט אַַ שנה טובה און כתיבה וחתימה טובה.













Comments


bottom of page